צצת, עמפמ1נז} עפ1םתמ1נצ 8 1611 6אעמ2ת21ע9פ אעצע1פ

5 .+ס זאו

מאוםג)צט אט מע 1אם0 6

1/127261 תגמזח120

{וט 851016סט 111066 05ט? 16ססט 11115 וס1696/0011ט +1וסווםוחזזסת 169 4711116, זסוזסג/ 1 4 160 62 111108

מצטדא מעזזז גנפזפפנצ עס א0ס1זדשסע 6011 מ/8ת660 מגזז1 תסע סאנפאטע מת84מז זאצסטע 1א/ טס 4 צטם דתא,ע אז /0595181? ממתזא פא,טעץ אסזנזאמאטס?ע את8214968440 /2,,/מ3/)2 סאג, מזטאעם

2

א נאת:) 8008 בפוסםס1צ 41 8,110 ,וו

9 211ע9 ,81,455 , 1451 11 1 4,

אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א פדדעפט4-4 ,59 , 1דפ עט דע

60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413

)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ

עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ

;צם פעפונצסעע ,לע

4 1 01960ט) 1006 1

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ /ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 101111601101 1 ז111/50//10 חזחטזסם הוח 100016 8160 208 06 +ז6ט10 1ס1011110011 16/3008 151911160118 0561 .כן /161

1010111115/6 800 614 5001 101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא ז6116) 000 310615/1 8 1101

{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 .151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8

1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז -1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס -- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 .18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 024204ס 16256קן

נח מן מייוזיל

נאָענטע און אייגענע

װערק פון נחמן מייזיל

ד, בערגעלסאָנס ;נאָך אַלעמען" (קיעו, 1913), 48 ז"ז,

חיים נחמן ביאַליק (װאַרשע, 1921), 24 ז"י

נאָענטע און ווייטע, ב' 1 (ואַרשע, 1924), 240 ז"ז,

! נאָענטע און ווייטע, ב' 2 (װאַרשע, 1926), 260 ז"ז,

שלום אַש, זיין לעבן און שאַפן (װאַרשע. 1929), 64 ז"ז, פּרצעס בריוו און רעדעס (װאַרשע, 9 202 ז"ז,

י. ל, פּרץ, לעבן און שאַפן (װאַרשע, 1931), 240 ז"ז,

אהרן ליבערמאַן (װאַרשע, 19234), 64 זײז.

חיים נחמן ביאַליק (װאַרשע, 19234), 64 ז"ז,

אויף אונדזער קולטור-פראָנט (װאַרשע, 1936), 336 ז"ז, יוסף אָפּאַטאָשו, לעבן און שאַפן (װואַרשע, 1937), 192 ז"ז,

טעג און נעכט אין עמק (ואַרשע, 1938), 128 ז"ז.

דער כוח פון יידיש (ניו-יאָרק, 1939), 32 ז"ז.

אברהם גאָלדפאַדען (ניי-יאָרק, 1929), 44 ז"ז,

שלום-עליכם (ניײיאָרק. 1940), 32 ז"ז,

דוד בערגעלסאָן (ניו-יאָרק, 1940), 48 ז"ז,

אוריאל אַקאָסטאַ (ניו-יאָרק, 1940), 32 ז"ז,

דורות און תקופות אין דער יידישער ליטעראַטור (ניוײיאָרק, 1942), 96 ז"זי פּרץ מאַרקיש (טאָראָנטאָ, 1942), 24 ז"ז.

בריוו און רעדעס פון י. ל. פּרץ (נייַייאָרק, 1944), 416 זיזי י.ל, פּרץ, זיין לעבן און שאַפן (ניוייאָרק, 1945), 308 ז"ז, פאָרגייער און מיטצייטלער (ניו-יאָרק, 1946), 432 ז"ז, צווישן חורבן און אויפבוי (ניו-יאָרק, 1947, 382 זיזי הירש גליק און זיין ליד ,,זאָג נישט קיינעם" (ניוייאָרק, 1949), 64 ז"זי געווען אַמאָל אַ לעבן (בוענאָס-איירעס, 1951), 392 ז"ז,

י, ל, פּרץ און זיין דור שרייבער (ניו-ייאָרק, 1951), 404 ז"זי

נחמן מייזיל

נאַענטע

און איינען

(פון יעקב דינעזאָן ביז הירש נליק)

איקוף-פֿאַרלאַג ניו-יאָרק

דאָס בוך איז אַרױסגעגעבן מיט דער מיטהילף פון די דעטראַטער איקוף-לייען-קרייזן

עשפוםתז אוצעש/ח6ג/ וז

פאססּוף אט פזאססא

(61/64 הפזוח סז חספסחום 1606 װוסז=)

ץט 115060טטס סאאטקאז פסטזוטא חפחפוססוץ 6606 סח5600 180 7..ץ.או ,אזסז שִסּוו

7 ז+זחפוזעץקסס ופומחז עם אזסז ששסּא

צט ססזחוז? אסוזגמססססס סאוזאוקס הסואטהס 66 װז25 ז65שץ ופן ,אזסצ שסּא

צוֹ די לייענער א אה אי אנ אי א אי יי יי ))

יעקב דינעזאָן (1856 -- 1919) -- -- == == == הי ה-י = 12 מרדכי ספּעקטאָר (1858 -- 1925) -- ו-- - == ה-י הז = 21 מאַרק װאַרשאַװוסקי (1848 -- 1907) זי דיז הי = = 25 ד"ר נתן בירנבוים (1864 -- 1937) -- -- == == == == 52 מיכה יוסף בערדיטשעווסקי (1865 --- 1921) -- -- -- -- 62 אברהם ליעסין (1872 --- 1928) == הי הי יי זי ייז =-י = 82 דוד פּינסקי (1872 --- ) --=י די דיי 4 דיי דיה === === 95 בעל מחשבות (1873 -- 1924) == הי הי הי הי == -- 109 ה. ד. נאָמבערג (1874 -- 1927) == די די דיי דיי דיי ייה == 121 אברהם רייזען (1876 --- 19523) == דיי דיי דיה דח דיה היה == 128 קלמן מרמר (1876 -- 1956) חי חשה שי דיי היה דיי דיי = 145 לאַמעד שאַפּיראָ (1878 --- 1948) דח דוה הי זי ה-י == 158 ב. ריווקין (1882 --- 1945) -י. דיה יי היה ייה ידי דיי ויה = = 169 ז. סעגאַלאָװיטש (1884 -- 1949) -- הי הי = הי =יז = 182 יוסף אָפּאַטאָשו (1887 --- 1954) -= -- == == וי == === == = 195 אשר שװאַרצמאַן (1890 -- 1919) = היה יי יי דיי זי == = 208 משה בראָדערזאָן (1890 --- 1956) = הי ייה ייז ייה == == 224 אהרן קושניראָוו (1891 --- 1949) הי היח זי ייז == == 2238 ז. װיינפּער (1892 --- 1957) = הי הי ייה היח יי ייז הי === 255 אפרים קאַגאַנאָווסקי (1892 -- ( = הי הי וי = 282 פּרץ מאַרקיש (1895 --- 1952) -= == == חי = === == = 295 ד"ר עמנואל רינגעלבלום (1900 -- 1944) -- ה-י == 222 ברוך אֶָליצקי (1907 -- 1941) הא" אי אא' אא אנר יי 6 משה שולשטיין (1911 -- ) -- --- -- ה-י זי == = 248 הירש גליק (1922 -- 1944) הי ייה היה יי הי יי יי == 262

זוכצעטל (רשימה פון נעמען פון שרייבער) -- -- -- -- 2379

צו די לייענער

מיט איבער צען יאָר צוריק, אין 1946, איז דערשינען מיין בוך ,פאָרגייער און מיטצייטלער", וואו עס זיינען אַריין אָפּהאַנדלונגען און אַרטיקלען ועגן פאָלגנדיקע צװאַנציק, עלטערע און יינגערע שרייבער + א. מ, דיק, ש. י. אַבראַ- מאָוויטש (מענדעלע מו"ס), שלום עליכם, י. ל, פּרץ, ש, דובנאָוו, ש. אַנסקי, ד"ר ח, זשיטלאָווסקי, ר. בריינין, ח. ג. ביאַליק, ה, צייטלין, שלום אַש, פּ. הירשביין, יונה ראָזענפעלד, א. ראַבאָי, ד. בערנעלסאָן, דער נטתר, א. קאַציזנע, י, י, זינגער, א. מאַנגער, ח. גראַדע,

עס האָט געזאָלט זיין, וי איך האָב דאַן אין מיין פאָרװאָרט צו די לייענער געמאָלדן, דער ערשטער באַנד פון נאָך עטלעכע בענד. עס איז געווען מיין האָ- פענונג, אַז עס װעט זיך מיר איינגעבן אַרויסצוגעבן אינגיכן אַ צוייטן באַנד, וואו עס װעלן קומען אָפּהאַנדלונגען וועגן נאָך און נאָך ווירקנדיקע און שאַפנ- דיקע יידישע שרייבער. פאַרטון און פאַרנומען מיט פאַרשיידענע אַנדערע, גרע- סערע און קלענערע, ליטעראַרישע אַרבעטן און דערצו נישט האָבנדיק די גע- העריקע מיטלען אוֹיף אַרױסצוגעבן נאָך ביכער, האָט זיך דער צוייטער באַנד פון דער געפּלאַנטער סעריע ביכער אַזױ לאַנג פאַרהאַלטן. ערשט איצט, מיט עלף יאָר שפּעטער, דערשיינט דער צוױייטער באַנד, אין וועלכן עס קומען אַריין אָפּהאַנדלונגען און אַרטיקלען וועגן נאָך 25 יידישע עלטערע און יינגערע שריי- בער. צי װעט דער דריטער באַנד דערשינען אינגיכן -- װער וױיסט! די פאַרלאַגס-מיטלען פונעם איקוף זיינען, ליידער, אַלץ באַגרענעצט. און קין גרויסע פאַרלאַגס-פאָנדן האָבן מיר נאָך אַלץ נישט,

פון די צװאַנציק שרייבער, װאָס וועגן זיי זיינען געווען אָפּהאַנדלונגען אין ;פאָרגייער און מיטצייטלער", האָבן דאַן, אין 1946, געלעבט זעקס. פאַר די לעצטע עלף יאָר זיינען אַװעק פון דער וועלט נאָך פיר : --- צוויי --- שלום אַשׁ און פּרץ הירשביין --- מיטן נאַטירלעכן טויט, און צוויי -- דוד בערגעלסאָן און דער נסתר -- זיינען גרויזאַם אומגעבראַכט געװאָרן דורך מערדערישע הענט אין סאָװעטנפאַרבאַנד. בלויז צוויי שרייבער פון יענע צװאַנציק שרייבער לעבן. אָט אַזױ האַלט עס בי אונדז אין דער ידישער ליטעראַטור. קדור הולך? -- דער דור גייט אַזױי האַסטיק אַװעק, און װאָט עס האָט נישט באַויזן דער געוויינלעכער מלאך המות, האָט דערגאַנצט דער מענטשלעכער מערדער.

דאָס בוך ;נאָענטע און אייגענע", װאָס װוערט איצט געבראַכט צום לייענער, איז אַ המשך פונעם בוך פאָרגייער און מיטצייטלער', הגם ער טראָגט אַן

7

8 נחמן מייזיל

אַנדער נאָמען. װי דאָרט אַזױ אויך קומען אין דעם דאָזיקן בוך אָפּהאַנדלונגען און אַרטיקלען, װאָס זיינען געשריבן געװאָרן די לעצטע יאָרן ביי פאַרשיידענע געלעגנהייטן און מיט אַ פאַרשיידענעם צוגאַנג צו שרייבער און צו זייער שאַפן.

עס זיינען אַרײין אין איצטיקן בוך אָפּהאַנדלונגען וועגן עלטערע יידישע שרייבער, װאָס זייער שאַפֿונגט-גאַנג האָט זיך איבערגעריסן מיט צענדליקער יאָרן צוריק, און אויך אָפּהאַנדלונגען וועגן יינגערע שרייבער, װאָס האָבן גע- שאַפן ביז די לעצטע עטלעכע יאָר. ס'קומען אויך אַױטיקלען וועגן דריי שריי" בער, וועלכע לעבן און זעצן-פאָר זייער קינסטלעוישן שאַפן. פּונקט וי צװישן די צװאַנציק שרייבער, װאָס קומען אין ,פאָרגײיער און מיטצייטלער", זיינען דאָ עטלעכע שרייבער, װאָס זיינען בעסטיאַליש דערמאָרדעט געװאָרן, אַזױ, צו אונדזער ווייטיק און צאָרן, האָבן מיר אויך אין אונדזער איצטיקן צעטל פון די פינף און צװאַנציק שרייבער עטלעכט װאָס זיינען אומגעקומען אָדער אומגעבראַכט געװאָרן. דאָס איז דער ביטערער גורל און גרױיליקער מזל פון דעם יידישן פאָלק און פון זיינע שאַפּער !

מיר גיבן די אָפּהאַנדלונגען וועגן די שרייבער אין אַ כראָנאָלאָגישן סדר, לויט די יאָרן פון זייער געבוירן. אַזױ אַרום האָבן מיר, כאָטש נישט גאָר גענוי און פּינקטלעך, דעם אַלגעמײנעם גאַנג פון דער יידישער ליטעראַטור. אויסער מאַרק װאַרשאַװוסקין, וועמען מיר האָבן געגעבן דעם דויטן, הגם לוט זין געבױירניאָר, געהערט ער צו דעם ערשטן. מיר ברענגען אַפּריער די אָפּהאַנד- לונגען וועגן יעקב דינעזאָן און מרדכי ספּעקטאָר, ווייל די צוויי דערציילער-ראָד מאַניסטן געהערן צו דעם ,בראשית" פון דער יידישער ליטעראַטור, צו די צייטן פון מענדעלע, שלום עליכם און פּרץ,

די פינף און צװאַנציק שרייבער, װאָס וועגן זיי קומען אָפּהאַנדלונגען, געהערן צו פאַרשיידענע צייטן, צו גאַנץ-פאַרשײדענע קולטור-געזעלשאַפטלעכע סביבות און זיי פאַרטרעטן אַזױ אַרום אַלערלײ קרייזן און ריכטונגען אין דער יידישער, וי אויך אין דער העברעאישער, קולטור-װועלטן. ביים אָפֿקלײבן די שרייבער פאַר דעם דאָזיקן באַנד, איז געווען מיין בפירושע כוונה, אַרויסצוברענגען דורך די באַהאַנדלטע שרייבער, די עלטערע וי די יינגערע, די דורות שאַפער, דורות קינסטלער, װאָס האָבן געבראַכט צום אױיסדרוק דורך זײיערע פאַרשיידענע ווערק דאָס לעבן, די פאַרשיידענע תקופות, און די אידעאישע און געזעלשאַפט- לעכע געראַנגלענישן, װאָס ויינען אָנגעגאַנגען אין דער יידישער װעלט די לעצטע פינף-זעקס יאָרצענדליקער. יעדער איינער פון די דענקער, דערציילער, דיכטער האָט אויף זיין איגנאַרטיקן אופן און שטייגער אַרױסגעבראַכט די אַלע מאַטעריעלע און גייסטיקע ענדערונגען און פּראָצעסן, װאָס זיינען פאָרגעקומען אין זייער דור און אין זייער תקופה דורך זײיערע פאַרשײדנאַרטיקע װערקי און הגם דער אָדער אַנדערער שרייבער האָט װענן דעמ אפשר וויניק אָדער גאָרנישט געטראַכט, איז ער אין תוך דער פירזאָגער פון זיין דור, דער פאָר"

צן די לייענער. : : 9

שטייער פון זיין אַרומיקעױ וועלט. און אין סך-הכל קומט אויס, וי איין שרייבער דערגאַנצט דעם צווייטן, כדי אַזױ-אַרום זאָל דאָס אַלגעמײנע בילד וועגן אונדזער לעבן און שטרעבן אַרױסקומען װאָס-פולער, װאָס-גאַנצער, װאָס אַלזײיטיקער,

עס באַקומט זיך דער אָנגענומענער כלל, פון .דור דור וסופריו" --- יעדער דור, יעדער צייט-אָפּשניט, יעדעס וינקל אין יידישן לעבן רוקן אַרױס און גלייכצייטיק ווערן זיי אַרױסגעבראַכט דורך די שרייבער,

און װאָס ס'איז אויך װויכטיק װידעראַמאָל און אָבעו אַמאָל צו זאָגן און צו באַטאָנען, אַז דורך די 25 גאָר-באַזונדערע אוֹן פאַרשיידענע שרייבער קומט אַרױס פאַר אונדז קלאָר און בוילעט די איינהייט און צונויפגעבונדנקייט פון דער יידי" שער ליטעראַטור, וועלכע איז געשאַפן געװאָרן און װערט וייטער געשאַפן אין פאַרשיידענע לענדער, דורך די יידישע פאָלקס-מאַסן און זייערע שאַפערישע שליחי-ציבור אין פאַרשיידענע טיילן פון דער וועלט,

איך וויל דאָ דערציילן פאַר די לייענער, װאָס וייסן עס נישט, אַז מיט איבער 20 יאָר צוריק, אין די יאָרן 1926-1924, האָב איך אַרױסגעגעבן אין װאַרשע- ווילנע צוויי בענד ;נאָענטע און ווייטע", וואו עס זיינען אַרײן אָפּהאַנדלונגען און אַרטיקלען וועגן אַ דרייסיק שׂרייבער, אָנגעהויבן פון מענדעלע מוכר ספרים און פאַרענדיקט מיט איזי כאַריק, --- דאַן דער יינגסטער צווישן די פילזאָגנדיקע יידישע דיכטער. ועגן אייניקע שרייבער, װאָס כ'האָב וועגן זיי אַמאָל, מיט דריי-פיר צענדליק יאָר צודיק, געשריבן, קומען אין מיין איצטיקן בוך, וי אין ,פאָרגייער און מיטצייטלער" נייע, לחלוטין נייע אָפּהאַנדלונגען. מיין אופן פון שרייבן, מיין צוגאַנג צו די שרייבער אין, פֿאַרשטייט זיך, איצט אַ גאַנץ- אַנדערער, אָבער אין תוך, אין עצם איז ער מסתמא דער זעלבער. דורך די קריטישע אָפּהאַנדלונגען און פאָרש-אַרבעטן װועגן שרייבער באַמיט מען זיך דאָך אַרױיסצוברענגען אויך די אייגענע געפילן, טראַכטענישן און אויספירן וועגן וועלט, פאָלק און לעבן, װאָס האָט זיך פאַר די דרי צענדליק יאָר אַ שיין ביסל געענדערט, מיר זעען דאָ גאַנץ קלאָר די שאַרפע ענדערונגען, װאָס זיינען פאָר- געקומען די לעצטע דרייסיק יאָר,

אין די פאַרשײידענע אָפּהאַנדלונגען זיינען דאָ און דאָרטן אַרײינגעפלאָכטן, אַמאָל נישט וילנדיק און אָפּטמאָל -- גאַנץ בכיוון, פּאַסירונגען און איבער- לעבענישן, װאָס מען האָט צזאַמען, בשותפות; מיט די באַהאַנדלטע שרייבער- דיכטער אַדורכגעמאַכט אין לויף פון די אָפּגעלאָפענע צענדליקער יאָרן, -- סיי פּאָליטיש-געזעלשאַפטלעכע און סיי אידייאיש-אידעאָלאָגישע איבערװאַנד- לונגען און פּראָצעסן. און ממילא קאָן מען נישט זיין און פאַרבלייבן אינגאַנצן אָביעקטיוו, זייטיק-:קריטיש ווען מען ברענגט אַרױס די שרייבער. קיין גלייכ- גילטיקע, סתם-קריטישע באַציאונג צו שרייבער און צו זייער שאַפן האָב איך קיינמאָל נישט געהאַט. ליטעראַטור, און יידישע ליטעראַטור אַװודאי, איז אַ טייל פון מיין לעבן, איז געווען און פאַרבליבן מיין אינערלעכע, אינטימע וועלט,

10 נחמן מייזיל

און דערפון שטאַמט דער נאָמען פון בוך ;נאָענטע און אייגענע". די שרייבער זיינען מיר פיל און מער אייגענע וי נאָענטע,

איך וויל צוגעבן, אַז עס איז מיר, ביים אַרוסברענגען אַ שרייבער, נישט געגאַנגען דורכאויס אין דעם צו געבן בלויז אַן אָפּשאַצונג, אַ כאַראַקטעריסטיק וועגן דעם אָדער יענעם שרייבער. מער פון אַלץ איז געווען דער וילן, דער פּאַרלאַנג דורך דעם שרייבער אַרויסצואװײיזן די סביבה, די תקופה, אין וועלכע דער שרייבער האָט געלעבט, וואו ער האָט געװירקט און געווען באַװירקט, און ממילא קומט אויס, אַז דורך די אָפּהאַנדלונגען װועגן די 25 עלטערע און יינגערע שרייבער, װוערן אַרױסגעבראַכט וויכטיקע פּאַסירונגען, אינטערעסאַנטע דערשיינונגען און געשעענישן פונעם אַלגעמײנעם און יידישן לעבן, פון דעם ערשטן און צווייטן וועלט-קדיג און זיינע רעזולטאַטן, די פּאָגראָמען, בירגער- קריג, די אויפשטאַנדן אין געטאָ, און די גרויסע און דערהויבענע פאַרמעסטן און דערגרייכונגען אין דער יידישער קולטור:געזעלשאַפטלעכער װעלט אין דעם ערשטן העלפט פונעם היינטיקן יאָרהונדערט, אין די פאַרשידענע טיילן פון דער יידישער וועלט,

מען דאַרף דערביי צוגעבן, אַז איך האָב אין קיין פאַל נישט געהאַט בדעה צו געבן אױיסשעפּנדיקע און אַלזײיטיקע אָפּשאַצונגען װעגן די באַהאַנדלטע שרייבער, איך האָב זיך באַמיט אַרױסברענגען דעם תמצית, דאָס עיקרדיקע וועגן אַ שרייבער. און דאָס איבעריקע באַדאַיפט דעם לייענער דערגאַנצן דורך דעם, װאָס ער גופא וועט זיך באַקענען מיט די װערק פון די שרייבער, אַנ" דערש װאָלט מען באַדאַרפט וועגן יעדן איינעם שרייבן צענדליקער און הונ- דערטער זייטן,

איך האָכ, ביים שרייבן וועגן דעם אָדער אַנדעון דיכטער אָדער פּראָזאַאיקער, זיך באַנוצט אַמאָל מיט דער זעלבער ציטאַט אָדער עפּיזאָד. זאָל דער לייענער, װאָס וועט לייענען מיטאַמאָל דאָס גאַנצע בוך, אַלע איינצלנע אָפּהאַנדלונגען, מיר מוחל זיין פאַר דער איבערחזערונג. עס װאָלט געשאַדט דער גאַנצקײט פון דעם קינסטלער-בילד, ווען. איך װאָלט אוױיסגעלאָזט װאָסער ס'איז פּרט אָדער שטריך, הגם ער איז שוין ערגעץ-וואו געבראַכט אין בוך,

איך יל דאָ אויך באַמערקן אַז די גרעסטע צאָל אָפּהאַנדלונגען און אַרטיקלען, װאָס קומען דאָ אין בוך, זיינען דורך מיר פאַרעפנטלעכט געװאָרן אין פאַרשײידענע צייטשריפטן, דאָס רוב -- אין איידישע קולטור", זיי זיינען געשריבן געװאָרן אָפּטמאָל ,אין דער הייסער מינוט", ביי פאַרשײידענע געלעגנ- הייטן און סיטואַציעס, און זיי ווערן געגעבן אין בוך װוי זיי ,שטייען און גייען". מיר איז אַ שאָד געווען אַװעקצונעמען ביי זיי דעם ;ציטער-צאַפּל?, װאָס זי פאַרמאָגן, און איך האָב דעריבער געלאָזט אויף זיי דעם שטעמפּל פון דער צייט, פון דעם מאָמענט, ווען זי זיינען געשריבן געװאָרן. וועגן אייניקע שרייבער זיינען געגעבן אַ צוויי אָדער דריי אַרטיקלען, װאָס זיינען געשריבן געװאָרן וועגן

צו די לייענער 11

זיי אין פאַרשיידענע צייטן,. איין אַרטיקל דערגאַנצט אַלע מאָל דעם צוייטן, און דער באַהאַנדלטער שרייבער קומט אַרױס אַזױ אַרום פולער און גאַנצער,

וועגן אייניקע שרייבער זיינען געבראַכט לענגערע אָפּהאַנדלונגען. מיט מער גרינטלעכע אָפּשאַצונגען און כאַראַקטעריסטיקעס, און וועגן אַנדערע -- קירצערע, מער-אַלגעמיינערע. עס איז געווען ביי מיר דער וילן, אַז די אָפּ- האַנדלונגען זאָלן אַרויסקומען װאָס-נאַטירלעכער, וי זיי זיינען אין זייער צייט אַרױס פון דער פעדער. מען קאָן דאָך סוף-כל-סוף נישט צוגיין צו אַלע שרייבער מיט דער זעלבער מאָס און װאָג, און די באַטראַכטונגען וועגן זיי אַריינגעבן אין איין און דער זעלבער ראם און פאָרם,

עס זיינען ביי מיר פאַרבליבן נאָך און נאָך אָפּהאַנדלונגען פון נאָענטע און אייגענע שרייבער, גרייט און צוגעגרייט פאַר דעף דאָזיקן בוך, אָבער דאָס בוך איז שוין אַזױ אויך אָן די דאָזיקע אַרטיקלען, שטאַרק אױסגעװאַקסן. ועלן מיר זיי איבערלאָזן פאַר אַנדער בוך. אפשר ועט זיך איינגעבן אינגיכן אַרױס- צוגעבן נאָך אַ באַנד, דעם זריטן פון דער סעריע, וואו די איבעריקע אִפּ- האַנדלונגען-אַרטיקלען װועלן אויפגעזאַמלט וערן,

איך האַלט פאַר מיין חוב אין מיין נאָמען און אין נאָמען פון איקוף-פאַרלאַג באַדאַנקען דעם איקוף און די לייען קרייזן אין דעטראָיט פאַר זייער הילף אַרױיסצוגעבן דאָס דאָזיקע בוך. אָן זייער מיטהילף װאָלט דאָס בוך נישט גע- קאָנט דערשיינען,

אױגוסט 1957 נחמן מײיזיל

יעקב דינעזאָן

1

די יידישע ליטעראַטור עלטערט זיך אַלץ מער. אָט איז שוין 100 יאָר װי עס איז געבוירן געװאָרן דער ליבער און האַרציקער יעקב דינעזאָן, וועלכער געהערט צו די פעטערס און עלטער-פעטערס פון דער מאָדערנער יידישער ליטעראַטור. יעקב דינעזאָן האָט געהאַט אַ שייכות צום יידישן ליטעראַרישן שאַפן, ווען עס האָט נאָך בכלל געטראָגן אַ פּאַטריאַרכאַלישן כאַראַקטער און געפירט אַן עכט-יידישן משפּחהדיקן שטייגער-לעבן. עס זיינען געװוען: דער ;זיידע" פון דער יידישער ליטעראַטור, מענדעלע מוכר ספרים, און דער ;,פאָטער" -- י. ל. פּרץ און דאָס ;אייניקל" -- שלום-עליכם, דאָס װאָרט ,אייניקל" איז אייגנטלעך געווען איבערגעטריבן, ווייל שלום-עליכם איז דאָך געבוירן, וען מענדעלע איז אַלט געווען 22 יאָר, און ער איז געקומען אין דער יידישער לי- טעראַטור, ווען מענדעלע האָט געהאַלטן נאָך ביים אָנהייב פון זיין שאַפן. צווישן דעם ;זיידן", ,פאָטער? און ;אייניקל" --- זיינען יעקב דינעזאָן, יצחק יואל לינעצקי, מרדכי אהרן שאצקעס, מרדכי ספּעקטאר געווען די עלטער-פעטערס און פעטערס. טאַקע אין דער מיט פון דער געהויבענער שרייבער-משפּחה, אָבער דאָך אַ זייטיקער , צווייג" אין דער גרויסער מיוחסדיקער דינאַסטיע.

יעקב דינעזאָן איז געבוירן געװאָרן אין 1856, 5 יאָר נאָך פּרצן 3 יאָר פאַר שלום-עליכמען, און 2 יאָר פאַר מרדכי ספּעקטאר. אָבער אין דער אמתן איז ער געווען מער תלמיד און נאָכגײער פון אייזיק מאיר דיק (1892-1807), מיט וועמען ער האָט זיך געטראָפן אין זיינע יונגע יאָרן אין ווילנע אַרום דער באַוואוסטער דרוקעריי פון ;האלמנה והאחים ראם", פאַר וועלכער ער האָט ;פאַרפאַסט? זיין ערשטן ראָמאַן ,;בעוון אבות", װאָס איז פאַרלוירן געגאַנגען און דערנאָך -- זיין סענטימענטאַלן ראָמאַן ;הנאהבים והנעימים, אָדער דער שװואַרצער יונגערמאַנטשיק", װאָס איז טאַקע דערשינען אין ווילנע אין יאָר 7, ווען י. ל, פּרץ איז נאָך געווען אומבאַקאַנט און שלום עליכם איז נאָך געווען אַ יונג בחורל, אַ לערער ערגעץ אין אַ דאָרף,

יעקב דינעזאָנס שאַפן געהערט צו דעם מין ערבליטעראַטור. עס איז געווען אַן אָנזאָג פון דער יידישער ליטעראַטור, װאָס האָט זיך גענומען פאַ- נאַנדערװאַקסן מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, -- בעיקר אין די יאָרן 1890-1888, ווען עס זיינען דערשינען די װאָגיקע און ערנסטע זאַמלביכער פון שלום- עליכם און י. ל, פּרץ (;די יידישע פאָלקס-ביבליאָטעק* און גיידישע ביבליאָ-

15

14 נחמן מייזיל

טעק"), וועלכע האָבן געגעבן אַ נייעם אינהאַלט און אַ נייעם פאַרנעם דער מאָדערנער יידישער ליטעראַטור. מען קאָן אויך צורעכענען צו זיי די זאַמל- ביכער פון מרדכי ספּעקטאָר ;דער הויז-פריינט?", װאָס האָבן אויך אַ געוויסע ראָלע געשפּילט אין יענער צייט, בעת דעם אויפקום פון דער יידישער ליטע- ראַטור, איר וואוקס און אַנטװיקלונג אין די 80-ער יאָרן פונעם 19-טן יאָר- הונדערט אין רוסלאַנד. זיכער איז אויך געווען אַ שייכות און אויך אַ דירעקטע השפּעה, װאָס איז געגאַנגען פון די העברעאישע זאַמלביכער ;האסיף? און ;כנסת ישראל", פון נחום סאָקאָלאָוו און שפ"ר, װאָס זיינען אין יענער צייט דער- שינען אין װאַרשע, און וואו, אגב, אויך דער יונגער פּרץ האָט זיך באַטײליקט,

מען דאַרף אויך צוגעבן, אַז אַ שטויס פאַר די גרויסע יידישע זאַמלביכער האָבן אויך אָן ספק געגעבן די ערנסטע רוסישע זשורנאַלן פון יענע יאָרן, װאָס מענדעלע, פּרץ, שלום עליכם האָבן פיל גענאָסן פון זיי,

אין דער צייט, ווען די יידישע ליטעראַטור, דורך מענדעלע, פּרץ, שלום- עליכם און די אַלע אַנדערע, האָט זיך גענומען שטאַרק צעבליען, און אין דעם יידישן ליטעראַטור-גאָרטן איז געגאַנגען אַ שטאַרקער און אומאויפהערלעכער וואוקס און נאָכוואוקס פון יונגע, יינגערע שרייבער און דיכטער, װאָס האָבן, צוגלייך מיט די גרונטלייגער פון דער ניידיידישער ליטעראַטור, געשאַפן אין פאַר- שיידנערליי פאָרמען, האָט שוין יעקב דינעזאָן געהערט אין אַ געוויסן זינען צו דער יידישער ליטעראַטור-געשיכטע, הגם ער האָט איבערגעלעבט פּרצן שלום-עליכמען און מענדעלען. ער איז געשטאָרבן אין 1919, און ער האָט זיך אַרומגעדרײט אין דער לעבעדיקער און טומלדיקער יידישער װאַרשע בעת דעם ערשטן וועלט-קריג און אַ שטיקל צייט נאָכן ערשטן וועלט-קריג. וי אין זיין שאַפן, אַזױ אויך אין זיין לעבן איז יעקב דינעזאָן געווען פאַר די אַרומיקע און פאַר זיך גופא אַ שטיק פאַרגאַנגענהײט.

2

זיין פּערזענלעך לעבן האָט זיך געהאַט אַמאָל צעבליט אין זיינע גאָר יונגע יאָרן, ווען ער איז געקומען פון זיין שטעטל ניי-זאגער, קאָװונער געגנט, אין דער אַמאָל שטאַרק-אויפגעקלערטער שטאָט מאָהילעוו (אויפן דניעפּער) און געלעבט אַרום דער רייכער און משכילישער שטוב פון די גורעוויטשעס, װאָס האָבן דערנאָך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער רוסישער רעװאָלוציאָנערער באַװועגונג. און עס איז געווען דערביי אַ מעשה, ממש וי אין אַ סענטימענטאַלן ראָמאַן, מיט אַ ליבע, אָן קעגנזייטיקייט, מיט דער גבירישער טאָכטער פון דער באַוואוסטער אשת-חייל באדאנע גורעוויטש. יעקב דינעזאָן, דער שטילער און ווייכהאַרציקער, האָט זיך משמעות, אַ שטאַרק-צעבראָכענער דאַן צוריקגעצויגן אַ דעזיגנירטער, און דערנאָך אַזױ שטיל געטראָגן זיין יוגנט-ליבע אַלע יאָרן און זי מיטגעטראָגן אין זיין קבר אַרײין.

יעקב דינעזאָן 15

יעקב דינעזאָן, וועלכער האָט זיין ערשטן יוגנט-ראָמאַן אָנגעשריבן אין לויף פון עטלעכע װאָכן, האָט זיך אויך צוריקגעצויגן פון דער ליטעראַטור. ערשט מיט אַ 12 יאָר שפּעטער איז ער אַרױס מיט זיין צווייטן, װווידער סענטי* מענטאַלן ראָמאַן (פון שװאַרץ און ווייס דערצו!) ;אבן נגף אָדער אַ שטין אין וועג" (1890), און דערנאָך מיט זיין ,הערשעלע" (1891) און לסוף מיט זיין ;יאָסעלע? (1899). די אַלע שפּעטערדיקע יאָרן און גראָד די יאָרן פון דעם גװאַלדיקן אויפשוואונג אין דער יידישער ליטעראַטור, איז ער געשטאַנען אָן דער זייט. ער האָט מער אַכטונג געגעבן אויף יידישע שרייבער, און בעיקר --- אויף זיין ליבלינג פּרץ -- איידער ער האָט אַליין געשריבן,

שלום עליכם, װאָס איז אפילו איין צייט געװוען אייפערזיכטיק אויף יעקב דינעזאָן און אים פירגעװאָרפן זיין איבערגעטריבענע ליבע, פאַרערונג און באַגײסטערונג פאַר י. ל, פּרץ, האָט אַמאָל אין אַ בריוו צו יעקב דינעזאָן אים אָנגערופן דער ;אבי היתומים פון אַלע יידישע שרייבער". אָבער אין דער אמתן איז דינעזאָן געווען מער מאַמע, וי פאָטער צו די יידישע שרייבער. ער האָט זיך מער געזאָרגט פאַר זיי, וי זיי מדריך געווען, מער אַכטונג געגעבן אויף זייער מאַטעריעל לעבן וי אויף זייער גייסטיקן וואוקס. צוליב דער איבער- געטריבענער טרייקייט און איבערגעגעבנקייט צו זיינע קינדער, און באַזונדערס צו זיין קאַפּריזנעם געליבטן קינד פּרץ, האָט ער פאַרלאָזט זיין אייגן שרייבן זיין אייגן שאַפן,

איך בין אין יאָר 1908 געקומען קיין װאַרשע, איך האָב מיט זיך מיט- געבראַכט דעם מאַנוסקריפּט פון דעם דאַן אומבאַקאַנטן דוד בערגעלסאָן, זיין ;אַרום װאָקזאַל?, און מורא האָבנדיק אַרײינצוקומען צו אים אַלין, צו פּרצן האָב איך באַזוכט דעם ליבהאַרציקן יעקב דינעזאָן, וועלכער האָט געואוינט אין זיין אָרעמען אַלט-בחורישן צימערל אויף דזעלנע גאַס. און עס איז געווען טאַקע, וי איך װאָלט געקומען צו אַ ליבן עלטער-פעטער, װאָס איז גערן געווען אויפצונעמען אַ יונג בחורל, עפּעס וי אַ וייטן קרוב, געקומען אַזש פון דער גויאישער שטאָט קיעוו. ער האָט מיך פיין אויפגענומען, מיך אויסגעהערט, מיר געגעבן עצות און גוטפריינטלעך געראָטן צו וועמען זיך צו וענדן און אַליין זיך ניט פאַראינטערעסירט מיטן עצם װערק. וייזט אויס, אַז איך בין ניט געווען אין יענע יאָרן דער איינציקער, װאָס האָט זיך געיאַװעט צו אים מיט מאַנוסקריפּטן צום דרוקן. פאַר מיר, דעם יונגן בחור פון קיעו, איז שוין יעקב דינעזאָן געווען אַ זקן, װאָס זיין אָנהױיב און זיין שאַפן געהערט צום ווייט- ווייטן אַמאָל. און דאָס איז דאָך געווען אין דער צייט, ווען דער עלטערער פון אים פּרץ האָט ערשט זיך פאַרמאָסטן אויף נייע ניט-געדאַכטע װוערק, װאָס ער האָט דאַן געשריבן מיט אַזאַ יוגנטלעכן און ליײידנשאַפטלעכן אימפּעט.

אין זיין צייט, אין יענע יאָרן, האָט מען װײיניק געוואוסט וועגן זיין, יעקב דינעזאָנס, אינערלעכן לעבן. און מיר װאָלטן עס אפשר שפּעטער אויך ניט

16 : נחמן מייזיל

געוואוסט, ווען ניט דער צופאַל, װאָס עס האָבן זיך אויפגעהיט בריוו פון יעקב דינעזאָן צו זיינער אַ פריינדין, פון יאָר 1909, וואו ער דערציילט זייער ציטערדיק און סענטימענטאַל: ,. . . װאָס זאָל איך אייך פיל זאָגן 1 גענוג, אַז מיין אידע- אַליזם האָט מיך ביז אַ געוויסער שטופע פון אַסקעטיזם צוגעפירט, און דורך דעם בין איך אַזױ עלנט אין מיין לעבן געבליבן ביז היינטיקן טאָג. איר ווייסט אפשר ניט, הערט-זשע דעם טרײסטלאָזן פאַקט: איך בין אומפאַרהײראַט גע- בליבן, האָב ניט און ווייס ניט פון דער זעליקער צערטלעכקייט און ווייבלעכקייט אין מיינעם איינזאַמען האַלב-אַסקעטישן לעבן, װאָס נאָר אַן איבערגעגעבענע טרייע פרוי װאָלט מיר געקאָנט געבן, און מיין לעבן װאָלט אַזױ קאַלט און טרייסט- לאָז ניט געווען, װי עס איז אַצינד... די נאָענטסטע און אינטימסטע פון מיינע פריינט ווייסן עס ניט.,. "

יעקב דינעזאָן איז אַלט געווען 52 יאָר, ווען ער האָט געשריבן די דאָזיקע רירנדיקע שורות.

װוי באַקאַנט, איז יעקב דינעזאָן מיט לייב און לעבן געווען איבערגעגעבן זיין אינטימסטן פריינט י. ל. פּרץ; פאַר וועלכן ער האָט געהאַט אַזױ פיל ליב- שאַפט, באַגײיסטערונג און אויך ניט װייניק געדולד און אויסדויער.

אָט-די מערקווירדיקע נאָענטע פריינטשאַפט האָט זיך געצויגן אַלע יאָרן פון פּרצעס ליטעראַרישן שאַפן, זינט יאָר 1888 ביז פּרצעס לעצטן אָטעם, און זיך פאָרגעזעצט אויך די עטלעכע יאָר פון 1915 ביז 1919, ווען יעקב דינעזאָן האָט אויסגעהויכט זיין לעצטן אָטעם מיט טיפער בענקשאַפט און טיפן טרויער נאָך זיין ליבלינג פּרץ. וועגן דער גוטפריינטשאַפט פון פּרץ און דינעזאָן איז פיל געשריבן געװאָרן, מיר האָבן װועגן דעם פיל-װידערשפּרעכנדיקע מעשיות און שילדערונגען, װאָס זיינען אָפט געבויט גלאַט איף סברות אָדער אויף אויבנאויפיקע איינדרוקן פון שרייבער, װאָס דערציילן סתם אַזױי אין דער וועלט אַריין. אין מיין בוך ,יצחק לייבוש פּרץ און זיין דור שרייבער? (ניו-יאָרק, 1) האָב איך אַ ספּעציעלן קאַפּיטל וועגן די קעגנזייטיקע באַציאונגען פון י, ל. פּרץ און יעקב דינעזאָן, איך ברענג דאָרט פיל מאַטעריאַל וועגן אָט-דעם זייער אינטערעסאַנטן ענין. איך שיק אָפּ דעם, װאָס אינטערעסירט זיך באַ- זונדער וועגן דעם, צו דעם בוך. איך וויל זיך דאָ אָפּשטעלן בלויז אויף אייניקע פּרטים און שטריכן, װאָס דעקן אויף די קעגנזייטיקע באַציאונגען פון די צויי גאַנץ-באַזונדערע שרייבער-פּערזענלעכקייטן,

3

קודם כל -- באַדאַרף מען אָפּפרעגן די באַקאַנטע באַהיפּטונגען װאָס קומען פון פאַרשיידענע שרייבער, אַז פּרץ האָט געקוקט פון אויבן אַראָפּ אויף זיין ידיד-נפש יעקב דינעזאָן, און אַז יענער איז אים אפילו אָפּטמאָל געווען דער- ווידער. דאָס איז לחלוטין פאַלש!

יעקב דינעזאָן 17

ס'איז גענוג צו באַקענען זיך מיט די קרוב הונדערט בריוו, װאָס פּרץ האָט געשריבן צו יעקב דינעזאָן אין די פאַרשיידענע יאָרן פון זייער פריינטשאַפט- ברודערשאַפט, ווען פּרץ איז געווען אויסער װאַרשע, אָדער דינעזאָן איז ניט געווען מיט פּרצן אין איין שטאָט, -- צו זען, וי פּרץ האָט זיך באַצױגן מיט גרויס ליבשאַפּט און טיפער פאַרערונג צו דינעזאָנען, װאָס איז געווען פאַר אים פיל מער, װי איניקע זאָגן, אַ שמש אָדער אַ באַדינער... די רירנדיקע בריוו פון פּרץ צו דינעזאָן זיינען פאַרעפנטלעכט אין מיין בוך ;פרצעס בריו און רעדעס" (ניו-יאָרק, 1944),

ש. ל. ציטראָן דערציילט אין זיינע זכרונות אַ מעשה, וי אין איינער אַ שטאָט איז אַמאָל געקומען פּרץ אין דער באַגלייטונג פון י. דינעזאָן. אויפן געהויבענעם באַנקעט, װאָס מ'האָט אַראַנזשירט לכבוד די געסט, האָט מען געהאַלטן פייערדיקע רעדעס לכבוד פּרצן און פאַרזען י. דינעזאָנען. האָט פּרץ אין זיין ענטפער-רעדע געזאָגט: ;אָן איין זאַך, אָן דעם עיקר האָט איר אינ- גאַנצן פאַרגעסן. קיינער האָט ניט דערמאָנט מיין קרוח הקודש".. * און פּרץ האָט אָנגעוויזן אויף דינעזאָנען : ;מיין רוח הקודש איז אָט דער, אָט דער!"

מען האָט דערציילט אין דעם נאָמען פון יעקב דינעזאָן, אַז ער זאָל האָבן געזאָגט אין אַ שפּאַס (און אין אַ שפּאַס איז דאָך דאָ אַ טייל ערנסטעס, אמתדיקס), אַז ,פּרץ איז געווען בנוגע צו יעקב דינעזאָן אַ בייזער מאַן, און אַז ער, דינעזאָן, פּרצעס יידענע -- האָט אָפט געהאַט אַ שלעכטע מערכה ביים מאַן..,"

איז עס אַ פיין ביסל איבערגעטריבן, ווייל פּרץ גופא, װי מיר זעען פון די אַלע בריוו, װאָס ער האָט צו דינעזאָנען געשריבן האָט ער זיך שטאַרק גענויטיקט אין דינעזאָנען, אפשר פיל מער וי דינעזאָן אין פּרצן. ער האָט אין דעם ;שװאַכן? דינעזאָן געהאַט אַ שטאַרקן אָנשפּאַר אין פאַרשיידענע שווערע מאָמענטן פון זיין לעבן. און ווען עס האָט זיך געפאָדערט און יעקב דינעזאָן האָט געזען אין דעם אַ רעה פאַר פּרצן, האָט יעקב דינעזאָן װידערשפּעניקט אין פּרצן און באַשטאַנען אויף זיינס, און פּרץ האָט באין ברירה, געמוזט נאָכ- געבן, אָפּטמאָל מיט אומצופרידנקייט און כעס אויף דינעזאָנען, װאָס באַמיט זיך אַדורכפירן זיין ווילן, זיין מיינונג,

אין איינעם אַ בריוו, וואו פּרץ פאַרענטפערט זיך פאַר דינעזאָנען און פאַר- לאַנגט פון אים, ער זאָל אים אַרויסהעלפן, גיט זיך פּרץ אַזא זאָג: ,... דו אָן מיר ביזט אַ נול, און איך אָן דיר -- נאָך װייניקער, איך בין אַ מינוס. ווען וועסטו שוין קומען (דינעזאָן איז דאַן געווען אין קיעוו), כדי פון דעם מינוס און פונעם נול זאָל ווערן עפּעס אַ צאָל.,. "

ווען עס איז אין 1914 אױיסגעבראָכן אַ סכסוך צװוישן פּרץ און ש. ניגער, אין פאַרבינדונג מיט די זכרונות, װאָס די איידישע וועלט" האָט עפּעס ניט גערן געדרוקט, האָט פּרץ אַפילו געװאָלט איבעררייסן מיטן זשורנאַל, און

18 נחמן מייזיל

ניגער האָט אָנגעדייט אין אַ בריוו וועגן צאָרן און שטראָף, האָט פּרץ געשריבן צו דער איידישע וועלט": ,... שרייבט איר ועגן צאָרן און שטראָף, ביידע זיינען מיר צו-ווייט, צויניט פאַרשטענדלעך. און געוואוסט האָב איך : יד דינעזאָן באמצע, ער האָט מיט די אויגעלעך געפּינטלט. פאַרשטיי איך: ער שריבט (אייך) הינטער מיינע פּלײצעס.,,. ?

און וועגן דעם, װאָס פיל האָבן געזאָגט אַז צוליב פּרצן האָט יעקב דינעזאָן אויפגעהערט צו שרייבן --- איז עס אויך ניט ריכטיק. נאָך אין יאָר 1893, עטלעכע יאָר נאָך זייער באַקאַנטשאַפט און באַפריינדונג, שטראָפט פּרץ דינע- זאָנען אין זיינעם אַ בריוו צו אים מיט אַזעלכע װערטער, װאָס קומען פון טיפן האַרצן: ;איך פאַרשטיי ניט דיינע דרכים און דיינע מעשים. װאָס איז מיט דיר געװאָרן ? צי קאָן דען אַ פרוי פאַרגעסן אָן איר קינד ? שרייב מיר, װאָס דאָס באַדײיט?, און אין אַ צווייטן בריוו פאָדערט װידער פּרץ אויף דינעזאָנען צו שרייבן און צוצושיקן פאַר דעם נאָענטן זאַמלבוך איידישע ביבליאָטעק" עפּעס אַ זאַך. |

און ביז גאָר אינטערעסאַנט איז, װאָס יעקב דינעזאָן האָט אַמאָל געשריבן צו דער רעדאַקציע יידישע וועלט", מיט װעמען פּרץ האָט זיך שיער ניט צעקריגט (דאָס איז געווען אין 1914, וי געזאָגט פריער): ;איבערלייענענדיק איער ווערטן בריוו, וואונדערט מיך, װאָס איר האָט אַזױ ערנסט אָנגענומען פּרצעס מאָמענטאַנעם כעס. שרעקט אייך ניט, אויף אים קאָן מען זאָגן: רגע באפּו, זיין כעס דויערט ניט מער וי אַ רגע, באַלד אָבער זעט ער איין, אַז דער אַנדערער צד איז אויך גערעכט. איך בין גראָד דערביי ניט געװוען, וען ער האָט אין יענער אויפגערעגטעױ רגע זיין פּאָסט-קאַרטע אָדער בריוו אייך גע- שריבן, און האָב כמעט פון דער גאַנצער געשיכטע ניט געוואוסט. ערשט שפּע- טער האָט ער מיר וועגן דעם דערציילט. און ער האָט געכאַפּט פון מיר אַ פּאָרציע נאָך מער אפשר וי ער האָט יאָ ווען אַזאַ כשר פאַרדינט?.

און וועגן דעם ענין גופא, זאָגט יעקב דינעזאָן גאַנץ קאַטעגאָריש: ;צי זאָל מען זיינע זכרונות ווייטער דרוקן ?* -- (פּרץ האָט פאַרבאָטן פאָרצוזעצן זי צו דרוקן! -- נ. מ) אַװדאי דרוקן! און דרוקט װי עס איז מעגלעך און וי עס לאָזט זיך. די אחריות נעם איך איבער אויף זיך, און אויס רייד!? -- אַזאַ תקיף איז געווען יעקב דינעזאָן און אַזױ פעסט איז געוען זיין מיינונג לגבי פּרצן און זיינע באַשלוסן,

י, י. טרונק, וועלכער איז געווען אַ בןדבית ביי פּרצן און זיך גוט צוגעקוקט צו די קעגנזייטיקע באַציאונגען פון פּרץ און דינעזאָן, דערציילט: ;די טיפע איבערגעגעבענע ברודערלעכע פריינטשאַפט פון יעקב דינעזאָן צו פּרצן האָט געקאַנט דינען פאַר אַ מוסטער וי אַזױ איין שריפטשטעלער קאָן האָבן צום

אַנדערן די איבערגעגעבענסטע באַציאונג, פאַרערונג און פריינטשאַפט.,.*

יעקב דינעזאָן | טב

און עס זאָגט טרונק: אװען עמעצער האָט גערימט דינעזאָנען און דערציילט וועגן זיין פּאָפּולאַריטעט ביי די פּשוטע פאָלקס-מענטשן, האָט פּרץ צופרידן געשמייכלט און דערפון גרויס הנאה געהאַט,,, "

און זייער טרעפלעך און רירנדיק זאָגט וועגן דער פּרץ-דינעזאָן-פריינט- שאַפּט ש. אַנסקי: פזייער נאָענטשאַפט האָט שוין אַפּילו אַריבערגעשטיגן די מדרגה פון פריינטשאַפט. אַזאַ אינטימער צואַמענבונד טרעפט נאָר בי אַן אַלט פּאָרפאָלק, װאָס אָפּלעבנדיק אַ האַלבן יאָרהונדערט צואַמען אין ליבע און טרייהייט פאַרלירן זיי איינער בנוגע דעם אַנדערן די גרענעצן פון דעם אייגענעם איך",

4

אין דער ליטעראַרישער ועלט האָט מען שטענדיק געהאַט אַן אױיג און אַ װאַך האַרץ צו יעקב דינעזאָן. און עס איז געווען, לאָמיר באַטאָנען, ניט נאָר אין זכות פון פּרצן, נאָר זיכער אויך אין זיין אייגענעם זכות, ;אין זכות עצמו", מען האָט גוס געדענקט, װאָס ער איז געווען פאַר דעם דור יידישע לייענער, װאָס איז אויפגעצויגן געװאָרן אויף א. מ. דיק און שמ"ר. יעקב דינעזאָן איז דאָך געווען אַ װייטערדיקער שריט פאָראויס סיי אין זיין שפּראַך, סיי אין זיין אינהאַלט, און סיי אין דעם אופן, װי ער האָט אויפגענומען און אַרױסגעבראַכט דאָס טראַגיש-ליידנדיקע לעבן פון דעם יידישן קינד, פון דער יידישער פרוי, פון דעם יידישן ערלעכן מענטש, דעם יגיע-כפּײימניק. יעקב דינעזאָן האָט אַרײן- געבראַכט אין דער יידישער ליטעראַטור, נאָך די האַרבע טענער און די שאַרפע מאָלעכצן פון די השכלה-שרייבער, אַ װאַרעמען, לירישן, פּאָעטישן טאָן. און דערפון די ליבע, װאָס איז געווען צו אים און װאָס איז אויפגעהיט געװאָרן פיל, פיל יאָרן. עס איז געווען אַ נאַטירלעכע שטופע, אַן איבערגאַנג פון דער פאָלקס-ליטעראַטור צו דער העכערער פון מענדעלע און פּרץ און שלום עליכם- שניט,

פון די פאַרשיידעגע אַרױסטריטן פון יעקב דינעזאָן אין פאַרטיידיקונג פון דער יידישער שפּראַך, װאָס איז פאַרפאָלגט און דערנידעריקט געװאָרן אַמאָליקע יאָרן, לאָמיר איבערגעבן כאָטש איינעם, װאָס זלמן רייזען ברענגט אין זיין ;לעקסיקאָן? (ווילנע 8, ז. 1): קווען ד"ר ש. צ. סקאָמאָראװוסקי האָט זיך געווענדט צו ה. גרעץ נאָך אַ דערלויבעניש איבערצוזעצן זיין ,פאָלקסטימלעכש געשיכטע דער יודען" אין יידיש, און דער באַרימטער היסטאָריקער האָט דערויף געענטפערט מיט אַן אָפּואָג, באַשמוצנדיק די יידישע שפּראַך, איז י. דיגעזאָן שאַרף און מוטיק אַרױס מיט אַן אַרטיקל פפּראָפ. גרעץ און דער ידישער זשאַרגאָן, אָבער װער מיט װאָס דאַרף זיך שעמען?" (בײלאַגע צום יידישן פאָלקס-בלאַט, 8, ז. 2), וואו ער פאַרטײידיקט די יידישע שפּראַך מיט אַ גאַנצער ריי אַרגומענטן און שרעקט זיך ניט אָפּ אָנצוגרייפן גרעצן אויך אַלס

20 נחמן מייזי?

היסטאָריקער, וועלכער האָט אין זיין ;,געשיכטע* בכלל איגנאָרירט די רוסישע יידן" (זײז 7037702).

יעקב דינעזאָן האָט זיך אין זיין צייט אויך אויסגעטיילט מיט זיין ריינעם יידישן לשון, װאָס האָט אינגאַנצן געווייכט פון דייטשמערישקייטן. דאָס האָט אים אַװעקגעשטעלט אין אַ באַזונדערן אָרט אין דער דעמאָלטדיקער יידישער װאַקסנדיקער ליטעראַטור. יעקב דינעזאָן האָט, אויסער זיינע פּאָפּולערע ראָ" מאַנען און דערציילונגען, געשריבן אויך פיינע אַרטיקלען וועגען דער ראָלע פון דער יידישער ליטעראַטור און באַהאַרצטע זכרונות. ער האָט אויך איבער" געזעצט און פּאָפּולאַריזירט גרעצס געשיכטע פונעם יידישן פאָלק און דעם ערשטן באַנד פון דער וועלט-געשיכטע. יעקב דינעזאָן איז אויך געוען, צו" זאַמען מיט י. ל. פּרץ, דער מיטגרינדער פון די יידישע קינדער:היימען אין װואַרשע, אין פּולן, מיט וועלכע ער איז געווען פאַרנומען די לעצטע עטלעכע יאָר פון זיין לעבן, און דערנאָך, װי באַקאַנט, האָט דער שול-קאָמיטעט געטראָגן יעקב דינעזאָנס נאָמען.

י. ל, פּרץ האָט אַמאָל, צו יעקב דינעזאָנס אַ יובל. פאַרעפנטלעכט אַן אינ- טערעסאַנטן און האַרציקן אַרטיקל ועגן יעקב דינעזאָן. פּרץ האָט דאָרטן צווישן אַנדערן געשריבן: ;אַן ערלעכע געטרייע שװאַלב איז ער (דינעזאָן. אַן ערלעכע געטרייע שװאַלב, װאָס איז גרייט יעדע סעקונדע זיך אויסרייסן ביז דער לעצטער פעדער אויף דער ברוסט, אונטערצובעטן דעם יונגן געשלעכט, עס זאָל אים װאַרעם זיין אין נעסט... װאָס איז געפאַסט יעדע רגע איפ- צורייסן זיך די ברוסט און אָנקאָרמען מיט אייגענעם װאַרעמען בלוט,.. *

אַזױ האָט פּרץ אויפגעפאַסט זיין יעקב דינעזאָן, וועמען עֶר האָט גערופן ;ברודער מיינער ! "

אין אַ בריוו האָט שלום-עליכם אַזױ באַצייכנט יעקב דינעזאָנען און זיין שאַפן : ,איך בין פּונקט דער היפּוך פון אייך, דינעזאָן; איר ויינט און קלאָגט און גיסט װי אַ בערעזענע, און צום סוף לאָזט איר תמיד אויס מיט אַ זיס װאָרט, מיט אַ גוטער האָפנונג. און אַז מען גייט אַװעק פון אייך, איז מען אויפגעליינט, אַביסל צעװייקט, אָבער צופרידן, גליקלעך, אָנגעװאַרעמט, אויסגעגלעט און געטרייסט אויפן בעסטן אופן... "

דאָס זיינען אייניקע שטריכן פון דעם ליבהאַרציקן יעקב דינעזאָן, דעם מענטש און שרייבער, װאָס פאַרנעמט זיין באַזונדערן אָרט אין דער יידישער ליטעראַטור פונעם 19-טן יאָרהונדערט, דאָס אָרט פון אַ טייערן, גוטמוטיקן פעטער אָדער עלטער-פעטער אין דער געהויבענער ליטעראַטור-משפּחה.

פאַרװאָס זאָל מען ניט אַרױסגעבן קיין באַנד געקליבענע װוערק פון יעקב דינעזאָן ?

16

מרדכי ספּעקטאָר

1

עס האָבן באַדאַרפט אַריבערגײן 25 יאָר נאָך זיין טויט, מען זאָל זיך דער- מאָנען אין דעם אַמאָל זייער-באַוואוסטן און שטאַרק-באַליבטן פאָלקס-שרייבער מרדכי ספּעקטאָר (1925-1858), עס איז בפירוש אַ גרויסע עוולה, ניט אַזױ קעגן מרדכי ספּעקטאָרן, װי קעגן דער עלטערער יידישער פּרעסע און ליטעראַטור, װאָס מ. ספּעקטאָר האָט איר געהאָלפן אויפקומען, װאַקסן און זיך אַנטװיקלען מ. ספּעקטאָר איז איצט אַזױ גוט װי אַ פאַרגעסענער יידישער שרייבער. אמת, ווען מיר קומען צו דער עלטערער יידישער ליטעראַטור, און מיר פאַרנעמען זיך צו רעדען און צו שרייבן וועגן מענדעלע מוכר ספרים, י. ל. פּרץ און שלום- עליכם, כאַפּן מיר אַריין אין איין אָטעם אויך י. י. לינעצקי, יעקב דינעזאָן און מרדכי ספּעקטאָר. מען באַגנוגנט זיך אָבער דאָס רוב מיט דערמאָנען די נעמען, און מער ניט,

אויסער דעם {;ספּעקטאָר-בוך", װאָס עס האָבן אַרױסגעגעבן אין װאַרשע אין 1929 מ. ספּעקטאָרס נאָענטע פריינט, די פאַרלעגער ש. שרעברעק און מ. קאַפּלאַן (צוזאַמענגעשטעלט דורך ד. קאסעל), וואו עס זיינען אַרײן געלעגענ- הייטס-אַרטיקלען און הספּד-װערטער נאָך מ. ספּעקטאָר, איז פאַר די אַלע 5 יאָר ניט פאַרעפנטלעכט געװאָרן קיין איין לייטישע אָפּהאַנדלונג וועגן דעם לעבן און ויכטיקע זשורנאַליסטישע טעטיקייטן און שאַפן פונעם פּראָדוק- טיוון און פאַרדינסטפולן יידישן שרייבער. און מ. ספּעקטאָר האָט דאָך איבער ‏ פערציק יאָר טריי און ערלעך און מיט גװאַלדיקן פלייס געטראָגן דעם עול פון אַ יידישן שרייבער און זשורנאַליסט, אַליין געגרינדעט און געווען מיט- גרינדער און רעדאַקטאָר און הויפּט-מיטאַרבעטער פון פאַרשיידענע זאַמל- ביכער, זשורנאַלן און טעגלעכע צייטונגען. ער האָט פאַרעפנטלעכט צענדליקער ראָמאַנען, הונדערטער דערציילונגען און פעליעטאָנען, װאָס זיינען שטאַרק געלייענט געװאָרן אין זייער צייט און זיינען געווען באַליבט ביים גרויסן יידישן עולם אין אײראָפּע און אין אַמעריקע.

צווישן דער גרויסער צאָל מ. ספּעקטאָרס װערק, -- קלענערע און גרע- סערע -- קאָן מען אויפקלייבן אַ צאָל, װאָס קאָנען און דאַרפן געהערן צום אייזערנעם פאָנד פון דער יידישער ליטעראַטור. עס װאָלט ויכטיק געװען ווען מען גיט אַרױס געקליבענע װערק פון מ. ספּעקטאָר פאַר דעם איצטיקן

21

28 נחמן מייזיל

לייענער, און כאָטשבי זיין אױיטאָביאָגראַפיש ווערק ;מיין לעבן" (ערשטער טייל -- קינדער-יאָרן, צווייטער טייל -- יוגנטיאָרן, דריטער טייל -- װאָס מיין אויג האָט געזען), װאָס פאַרמאָגט אויסער אַ קינסטלערישן, אויך אַ קולטוך-

היסטאָרישן באַטײט, אין דעם וװערק איז פאַנאַנדערגעװיקלט אַ שטיק יידיש לעבן פון אומאן, וויניצע, מעדזשיבעזש און אַנדערע שטעט, וואו דעם ינגן ספּעקטאָר איז באַשערט געווען צו לעבן און צו טרעפן זיך מיט די פאַרשיידנסטע קרייזן און זיך אָנזען פיל אינטערעסאַנטע זאַכן. אַ גוט-אָפּגעקליבענע זאַמלונג פון מרדכי ספּעקטאָרס דערציילונגען װאָלט געווען אַ מתנה פאַר דעם יידיש- לייענער איבער גאָר דער וועלט, װאָס ווייסט װייניק וועגן איינעם פון די גרונט- לייגער און בויער פון דער עלטערער יידישער ליטעראַטור. מרדכי ספּעקטאָר האָט דאָך רעאַגירט דורך זיינע דערציילונגען און ראָמאַנען אויף די געשעענישן און פּאַסירונגען פון זיין צייט, האָט אַרױסגעבראַכט, אָפטמאָל אָן ספּעציעלע פּרעטענזיעס, שטיקער ווירקלעכקייט און רעאַלע פּאַרשױנע װאָס ער האָט אָנגעטראָפן אויף זיין לאַנגן קאָלירפולן לעבנס:וועג, װאָס האָט זיך געצויגן פון די 70-ער יאָרן פונעם 19-טן י"ה ביז 1925, ווען ער איז, פריצייטיק און פול מיט נייע פּלענער און שאַפונגס-פאַרמעסטן, אַװעק פון דער װעלט, טאַקע דאָ אין ניודיאָרק, 2

מרדכי ספּעקטאָר האָט געמאַכט זיינע ערשטע ליטעראַרישע שריט (אין 2 מיט ;אַ ראָמאַן אָן אַ נאָמען") און דערנאָך געװאַקסן און זיך אַנטװיקלט, געשריבן און פאַרעפנטלעכט װערק גלייכצייטיק מיט שלום עליכם און פּרץ. אָט-די צוויי שרייבער -- זיינע פריינט און מיטצייטלער, האָבן אים אַריבער- געיאָגט (װוי אויך דינעזאָנען) מיט זייער מער:מייסטערישער פאָרם און מיט דעם מער-פאַרטיפטן און מער-אָנגעלאָדענעם אינהאַלט. מרדכי ספּעקטאָר -- זייער מיטגייער און מיטשאַפער --- האָט ניט געקאָנט נאָכיאָגן און אָניאָגן זייער האַסטיקן גיין און שטייגן און דערנאָך איז ער אָפּגעשטאַנען פון זיי. אָבער דאָך טאָר מען ניט פאַרזען ספּעקטאָרס ראָלע אין דער יידישער ליטעראַטור אין די צוויי לעצטע יאָרצענדליקער פונעם 19-טן יאָרהונדערט און אין דעם ערשטן פערטל פונעם היינטיקן 20-סטן י"ה. מען טאָר ניט פאַרמינערן זיינע גרויסע אויפטוען און פאַרדינסטן פאַר דער יידישער פּרעסע און ליטעראַטור,

אין אייניקע געביטן איז מרדכי ספּעקטאָר געווען בפירוש דער פּיאָנער, דער ,;בראשית"-אָנהײיבער. ער האָט דער ערשטער פאַרלייגט אַ גאָר נייעם מין װאָגיקן יידישן זאַמלבוך (אויפן שניט פון נחום סאָקאָלאָווס דיקן העברע- אישן זאַמלבוך ,האסיף? און ש. פּ. ראַבינאָװיטשעס ;כנסת ישראל') -- דעם ;הויז-פריינד", אין 1887. ערשט דערנאָך איז געקומען שלום עליכם מיט זיין זאַמלבוך ;די יידישע פאָלקס-ביבליאָטעק" (אין 1888), און דאָך האָט ספּעקטאָר,

מרדכי ספּעקטאָר | 98

דאַן נאָך אַ יונגערמאַן פון קוים 20 יאָר, אַרומגעזאַמלט אַרום זיין ;הויז-פריינךף" די אָנגעזעענסטע העברעאישע און יידישע שרייבער. ער איז אויך געווען איינער פון די ערשטע ערנסט צו פאַראינטערעסירן זיך מיטן יידישן פאָלקלאָר, און נאָך אין יאָר 1886 האָט ער אַרױסגעלאָזט אַ רוף צו דער יידישער וועלט, מען זאַל אים צושיקן יידישע שפּריכװערטער. ער האָט אַרײנבאַקומען אויף זיין ווענדונג איבער טויזנט בריוו פון אַלע עקן וועלט. אָט-די רייכע זאַמלונג האָט ער אין משך פון אַ צוויי יאָר סיסטעמאַטיזירט און טיילן פאַרעפנטלעכט אין זיין ;הויז-פריינד", אין 1888 האָט ער אַרױסגעגעבן ,די יידישע שפּריכווערטער" אין אַ באַזונדערער אױסגאַבע, און דערנאָך זיינען זיי אַרײן אין דער גרויסער זאַמלונג פון איגנאַץ בערנשטיין. מ. ספּעקטאָר האָט אויך גאָר פרי, פריער פאַר י. ל. פּרץ, מ. י. בערדיטשעווסקי און יהודה שטיינבערג, אַרױסבאַוויזן אַ ספּע- ציעלן אינטערעס פאַר די חסידישע פאָלקס-מעשיות און באַזונדערס פאַר דער מערקווירדיקער געשטאַלט פון ר' ישראל בעל שם טוב. ער האָט אַפילו גע- נומען שרייבן אַ ראָמאַן ,דער בעל שם טוב" (פאַרעפנטלעכט אין זיין ,הויזי פריינד", 1895, באַנד 4

אין 1894 האָט מרדכי ספּעקטאָר אין אַ רעצענזיע (אין ?הויז-פריינד", ב' 3) אַזױי באַצײיכנט זיין קוק אויף דער ליטעראַטור און אירע אויפגאַבן: /די לי- טעראַטור איז דאַן נוצלעך און דעריבער אויך נויטװענדיק, ווען זי האָט אַ געזונטע טענדענץ, ווען רעכטע גוטע מענטשנפריינט און ריכטיקע אידייען הערשן אין איר. ווען זי האָט שלעכטע אידייען, איז זי שרעקלעך און דאַן איז נויטװענדיק זי ניט צו האָבן. ווען זי האָט קיינע אידייען, איז זי אומנוצלעך און דעריבער אויך ניט נויטווענדיק". און ריכטיק זאָגט זלמן רייזען אין זיין ,לעקסיקאָן פון דער יידישער ליטעראַטור און פּרעסע* (וילנע, 19230, ב' 2, זי 699), אַז ;דער דאָזיקער קוק אויף ליטעראַטור האָט זיך ביי ספּעקטאָרן פאַר- בונדן מיט אַן איינגעבוירענעם זשורנאַליסטישן טעמפּעראַמענט, מיט אַ שאַרפן חוש פאַר דעם לעבן פון היינט, פאַר די פּראַגן פון מאָמענט, װאָס ס'האָט צו" געגעבן די ווערק זיינע דעם אינטערעס פון אַקטואַליטעט?. און דעריבער איז אַזױ גרויס געווען די השפּעה פון מ. ספּעקטאָרס וערק אין זיין צייט אויף די ברייטסטע יידישע מאַסן-לײיענער, ;דער יידישער מזשיק", 1884), קהעניים והאביונים", (1885), ;קאַליקעס?, ,פאַרבלאָנדזשעטע", ;ר' טרייטל", (1889) און נאָך און נאָך, זיינען געווען פון די פּאָפּולערסטע און באַליבטסטע ביכער אין משך פון פיל יאָרן

מ, ספּעקטאָר איז דערצו ניט געוען קיין קיושב אוהל", אַ קאַבינעט- שרייבער, ווייט פונעם ;ליטעראַרישן יאַריד",. ער איז געװאָקסן צוזאַמען מיט דער יידישער פּרעסע, מיטגעמאַכט אירע באַרג-אַרויפן און באַרג-אַראָפּן. -- אין פּעטערבורג, װאַרשע, אָדעס און לסוף -- אַ קורצע צייט אין ניו-יאָרק.

24 נחמן מייזיל

און ס'איז לחלוטין ניט געווען איבערגעטריבן אָדער אַ באַרימערײ, װאָס מ. ספּעקטאָר האָט אַמאָל געזאָגט צו פיליפ קראַנץ: ,פון יאָר 1882 איז אין רוסלאַנד ניט געווען אַזאַ צייטונג (אויך אַזאַ צייטשריפט -- נ. מ), אין וועלכער איך בין ניט געווען איינער פון די ויכטיקסטע מיטאַרבעטער אָדער רעדאַקטאָף" (ספּעקטאָר-בוך, ז' 62),

און ווילן מיר דערציילן די געשיכטע פון דער יידישער פּרעסע און פון דער יידישער ליטעראַטור און פון אירע איינצלנע שרייבער, מון מיר זיך אָפּשטעלן לענגער אויף מרדכי ספּעקטאָר, װאָס איז געווען ענג פאַרבונדן אין פאַרשיידענע צייטן מיט אל, צעדערבוים, שלום עליכם, פּרץ, דוד פרישמאַן ראובן בריינין, און מיט פיל פון די יונגע און יינגסטע, וועלכע זיינען אַדורכ- געגאַנגען אַ שטיק וועג מיט אים צוזאַמען און האָבן געטיילט מיט אים אַלגעמײנע איבערלעבענישן אין דער יידישער ליטעראַרישער וועלט. מיט אייניקע שרייבער האָט זיך איינגעשטעלט ביי ספּעקטאָרן אַ גוטפריינטשאַפט, װאָס אַדאַנק דעם גוטהאַרציקן, איינפאַכן און ליבן מרדכי ספּעקטאָר, איז זי גיך אַריבער צו ענגע גוטברודערישע באַציאונגען.

עס איז דעריבער געוען אין כאַראַקטער פון מרדכי ספּעקטאָר, װאָס ער האָט אויף אַ היימישלעכן אופן געשריבן זכרונות און שילדערונגען פון פאַר" שיידענע יידישע שרייבער, זיי אַרױסגעבראַכט אין זייער טאָגיטעגלעכקײיט! אין זיין בוך ,/מאָמענט-פאָטאָגראַפיעס? (װוי אַזױ שרייבן יידישע שריפטשטעלער)), האָבן מיר באַשרײיבונגען פון מענדעלע מוכר ספרים, אחד-העם, אש, ביאַליק, בן-עמי, דינעזאָן, ליליענבלום, נאָמבערג, סאָקאָלאָו, פרוג, פרישמאַן פרץ, ה. צייטלין, א, רייזען, שלום-עליכם, דוד פּינסקי, מ. ווינטשעווסקי. א. ליעסין (וואַרשע, 1911, 82 ז"ז). אין זיין בוך ,מיין לעבן", (וואַרשע, 1927) קומען אייניקע קורצע אָפּהאַנדלונגען וועגן די יידישע שרייבער: ח. נ. ביאַליק, מ. ל. ליליענבלום, נ. סאָקאָלאָוו, ד. פרישמאַן, י. ל. פּרץ, שלום-עליכם, ה. צייטלין, א. רייזען. אויך אָט-די כאַראַקטעריסטיקעס זיינען געשריבן מיט באַהאַרצטקײט און היימישקייט. ער האָט אויך פאַרעפנטלעכט אַ לענגערע באַשרײיבונג: ;מיט י. ל. פּרץ אין פעסטונג", וואו ער איז אָפּגעזעסן מיט אים 3 חדשים,

=(

י- עס איז כדאי זיך אָפּצושטעלן אַביסל לענגער אויף דעם ,עפּיאָד* אינעם לעבן פון מ. ספּעקטאָר, װאָס איז פאַרבונדן מיט י, ל. פּרץ. עס איז די באַקאַנטע געשיכטע, װי מ'האָט זיי ביידן אַרעסטירט אין װאַרשע, אָנהױיב אויגוסט 1899 *

*) מ. ספּעקטאָר שרייבט אין זוינע זכרונות, אַז ס/איז געווען נאָך 1905. ס'איז /נוט ריכטיק. וועגן די פּרמום פֿונעם אַרעסט אוון וועגן דעם רושם, װואָס ס'האָט געמאַכט אויף דער יידישער געזעלשאַפט, איז פיל געשריבן געװאָרן.

מרדכי ספּעקטאָר 98

צוליב זייער אויפטריט אויף ;תנאים" פון יידישע אַרבעטער. די עתנאים", וי באַקאַנט, זיינען געווען פאַרמאַסקירטע אומלעגאַלע פאַרזאַמלונגען פון די רע" װאָלוציאָנערע אַרבעטער. װעגן דעם האָט מ. ספּעקטאָר דערציילט אין זיין בוך ,מיט י. ל. פּרץ אין פעסטונג" (אָדעס, 1919, 80 ז"ז) און איבערגעדרוקט מיט צוגאָבן אין ;צוקונפט", 1922, נ"נ 6, 8 און 12 אונטערן נאָמען : ;י. ל. פּרץ, דער פּאָליטישער אַרעסטאַנט -- מיט י. ל. פּרץ אין צענטן פּאַװיליאָך?

פּרץ און ספּעקטאָר זיינען אַרעסטירט געװאָרן אין אַ װאָך אַרום נאָך די ;תנאים", יעדער איינער אינמיטן נאַכט ביי זיך אין הויז, נאָך אַ גרינטלעכער אונטערזוכונג מצד דער זשאַנדאַרמעריע. זיי זיינען אַרײנגעזעצט געװאָרן אין באַזונדערע קאַמערס אין דער באַרימטער װאַרשעװער פעסטונג ;ציטאַדצל" (ביים ברעג פון דער ווייסל), וואו ס'זיינען אין פאַרשיידענע צייטן געזעסן באַ- וואוסטע פּאָליטישע ;פאַרברעכער". איין צייט איז דאָרטן געזעסן יזעף פּיל- סודסקי און, להבדיל, אויך ראָזע לוקסעמבורג. מ. ספּעקטאָר דערציילט און שילדערט אויספירלעך זיינע איבערלעבענישן, לכתחילה -- אין דער אינ- זאַמער צעלע און דערנאָך -- דאָס לעבן צוזאַמען מיט י. ל. פּרצן, וועלכער האָט אױיסגעפּועלט, מ'זאָל אַריינזעצן מ. ספּעקטאָר אין זיין קאַמער, וואו איינער אַליין איז ער געווען שטאַרק נערוועז און קיין אָרט זיך ניט געפונען. מ. ספּעקטאָר גיט גענוי איבער וי זיי האָבן צוזאַמען ;געקירצט? די צייט, וועלכע האָט זיך אומברחמנותדיק געצויגן. נאָך ספּעציעלע בקשות, האָט מען זיי דערלויבט צו שרייבן, און געבראַכט זיי טינט, פעדער און פּאַפּיר. פון זייערע לאַנגע שמועסן, זכרונות, מעשיות זיינען זיי ביידע אָנגערעגט געװאָרן צו שרייבן זאַכן, װאָס זיי האָבן שפּעטער געדרוקט אין ,יוד", װאָס האָט דאַן אָנגעהױיבן צו דערשיינען.

מ. ספּעקטאָר גיט איבער, אַז פּרץ האָט אים געזאָגט: ;אַ שאָד, װאָס איף בין אַליין קיין חסיד ניט געווען, און ניט געפאָרן אין די יונגע יאָרן צום רבין, וי איר. אַ שאָד, װאָס מיין טאַטע איז ניט געווען קיין חסיד וי אייערער".

וי פּרץ האָט זיך געפילט און וי ער האָט אויפגענומען די פּאָר חדשים אין דעם ,צענטן פּאַװיליאָן?, ווייסן מיר פון אַנדערע קוועלן. צווישן אַנדערן -- פון ש. עפּשטײן, וועלכער שרייבט (זע מיין בוך אי. ל. פּרץ", זי 168), אַז ,פּרץ קומט אָבער אַרױס פון ציטאַדעל נאָך קאַמפסלוסטיקער",. מ. ספּעקטאָר גיט, אַגב, איבער, אַז אין דער פעסטונג, אין זייער קאַמער, האָט פּרץ אָנגעשריבן די צוויי פּערל אין זיין שאַפונגס-קרוין : ;אויב נישט נאָך העכער", ,צווישן צוויי בערג" א. אַנ.

פון גרויס באַטײיט איז דער בריוו פון י. ל, פּרץ (פּאַועפנטלעכט אין ואַר- שעווער ;דאָס נייע לעבן" נ' 41, צום 35טן יאָרצײט פון י. ל. פּרץ). ס'יינען קיין פּרטים ניט אָנגעגעבן, וי דער בריוו איז געפונען געװאָרן. ס'איז בלויז אָנגעגעבן : ;אַדרעסאַט אומבאַקאַנט?. אַזױ װי דער בריוו גיט איבער וויכטיקע

20 נחמן מייזיל

פּרטים און ברענגט אינטערעסאַנטע פּרצישע שטריכן צום סספּעקטאָר-בילד, ברענגען מיר דעם בריוו אינגאַנצן :

;איך קום נאָר:װאָס פון מיין מינוטיקן שפּאַציר אַ פרישער, אַ לעבעדיקער, איך בין מיטאַמאָל געזונט געװאָרן, אַזױ גוט האָט געװירקט אויף מיר דער ערשטער שניי, װאָס איז היינט געפאַלן אויף מיר. די געזונטע לופט האָב איך ניט נאָר געשעפּט, נאָר געגעסן און געקוויקט זיך װי מיט אַ טייערן מאבל,

;איך פיל זיך אַזױ גוט, אַז נאָך היינט װעל איך אָנהױבן שרייבן מיין ,אויב נישט נאָך העכער", װאָס איך האָב אייך דערציילט. איך האָב אויך דערציילט ספּעקטאָרן, סטראַשעט ער מיך, אַז אויב איך װעל די חסידישע מעשה אָפּלײגן און װעל ניט אָנשרייבן אין צענטן פּאַװיליאָן, װעט ער מיך אַװעקװאַרפן און וועט בעטן, מען זאָל אים זעצן מיט אַנדערע אַרעסטאַנטן. װאָס װעל איך דאַן טאָן ?

,ספּעקטאָר האָט, וי יעדן טאָג, אויך היינט מיט מיר צװאַמען שפּאַצירט, אַפילו דאָ האָט ער אויך צייט און איילט זיך ניט. איך האָב געװאָלט מאַכן גיכע טריט, נאָר די זשאַנדאַרמען דערלויבן ניט לויפן פריער, און אַזױ מוז איך גיין לאַנגזאַם גלייך מיט ספּעקטאָרן און איך קוק אויף אים, װי אויף זיין האַלב- גרויען קאָפּ פאַלט דער ערשטער שניי. איך קוק אויף זיין געזיכט און געדריקטן בליק און עס ווייזט זיך מיר אויס, אַז איך זע פאַר זיך אַ לעבעדיקן שעווטשענקאָ, וועלכער איז אונדז באַקאַנט פון די בילדער, וואו ער איז אויסגעמאָלט אין אַ פּעלץ, אין אַ גרויסן קאָלנער, מיט אַ גרויס פוטערן היטל, מיט אַראָפּגעלאָזטע װאָנסעס און מיט טיפע פאַרטראַכטע אויגן

,מיר גייען צוזאַמען טריט ביי טריט. דער שניי באַדעקט אונדז װאָס מער און מער. און יעדעס שנייעלע, װאָס צעגיסט זיך און צעשיט זיך אויף אונדזערע קליידער טוט מיר באַנג. איך וויל זיי ברענגען גאַנץ צו אונדז אין קאַמער אַרײן

;ווען איך בין איצטער פריי, װאָלט איך ביי יעדן װעטער פאַרבראַכט נאָר אין דרויסן אויף דער לופט, אונטער אַ גרויס שטיק הימל. איך האָב פיינט געקראָגן די שטוב מיט די ווענט און טירן. זיי שטערן די פרייהייט. ווען קיינער װאָלט מיר ניט געשטערט, װאָלט איך איצטער אַװעק צופוס קיין אָטװאָצק און װאָלט געשפּאַצירט אין די סאָסנאָװע וועלדער, װאָס ציען זיך ביי װאַרשע.

;אוי, ווען װעט שוין נעמען אַן ענדע, איך זאָל שוין קאָנען לעבן אַזױ װי איך װיל! צו-לאַנג בין איך פאַרשלאָסן. צי װעל איך אַמאָל דערלעבן מיין באַפרייאונג ?"

4

מרדכי ספּעקטאָר איז געווען דורכאויס אַ נאַטור-מענטש. אַלץ װאָס ער

האָט פאַרמאָגט, האָט בעיקר געשטאַמט פון אים גופא, פון זיינע אייגענע לעבנס-

מרדכי ספּעקטאָר 27

דערפאַרונגען. ער האָט קיין ,אוניווערזיטעטן" ניט געענדיקט. דאָס לעבן גופא איז געווען פאַר אים אַן אוניװוערזיטעט. אייניקע אינטעלעקטואַלן-שרייבער האָבן אָט-די פּרימיטיווקייט אין ספּעקטאָרן אַפילו איבערגעטריבן. דוד פרישמאַן, וועלכער האָט געקאָנט ספּעקטאָרן, װי ער האָט געשריבן, עטלעכע און צוואנציק יאָר, האָט אין זיין ספּעקטאָר-אַרטיקל געזאָגט: ;אָפט, ביים לייענען ספּעקטאָרן, בין איך געשטאַנען וי פאַר אַ וואונדער : איך האָב פּראָסט ניט געקאָנט באַגרייפן, װי האָט גראָד דער דאָזיקער נאַטור-מענטש מיט אַזױ וייניק מיטלען געקאַנט דאָס און יענס באַשאַפן. די מיטלען זיינען אַזעלכע ווינציקע, אַזעלכע איינפאַכע, און פאָרט : די מענטשן לעבן און באַװעגן זיך, די שטימונג איז אַן עכטע, דער הומאָר איז אַ נאַטירלעכער, און פּלוצלונג איז גאָר פאַראַן אויך אַן אמתער עכטער ליריזם (מ. ספּעקטאָר-בוך, זי 25),

אַזױי קומט ספּעקטאָר אַרױס אויך ביי ראובן בריינין, װאָס נאָך 15 יאָר פאַרברענגען אין די ,,אױיסלאַנדס? און זיך טרעפן דאָרטן מיט די גייסטרייכסטע געשטאַלטן פון דער װעלט:ליטעראַטור, קומט ער, אין 1905, קיין וװאַרשע און באַקענט זיך דאָרטן מיט מרדכי ספּעקטאָר. ;ביי דעם ערשטן באַזוך ביי ספּעקטאָרן, --- שרייבט ר. בריינין, -- איז מיר געווען אַ פאַרגעניגן אים צו הערן. איך האָב געלעבט צענדליקער יאָרן אין אַ קרייז פון ראַפינירטע, איבערגעשפּיצטע, איבערגעקליגלטע און קולטור-זאַטע שריפטשטעלער. און קינסטלער, װאָס האַלטן זיך אין איין גריבלען, אין איין פּסיכאָלאָגיזירן. די מייסטע פון זיי זיינען מענטשן מיט גערייצטע איבערגעשפּאַנטע נערוון, מיט קרענקלעכע עמפינדונגען, מיט אַ הייסן הונגער נאָך אָנערקענונג און פּאָפּולאַריטעט, מיט משונהדיקע קאַפּריזן און אַמביציעס. קומענדיק פון אַזעלכע קרייזן, האָב איך אָנגעקװאָלן צו זען פאַר מיר אַ יידישן טאַלענטירטן דערציילער און שילדערער, װאָס איז פאַרבליבן לעבנסלאַנג פּרימיטיוו, מיט אַ גאַנצער, געזונטער נשמה, אָן אינערלעכע ריסן און שפּאַלטונ" גען, אַ יידישן ראָמאַניסט, אַ פאָלקס-מענטש, װאָס האָט פון אַלץ הנאה, טראָגט אויף קיינעם ניט קיין שנאה און קיין קנאה, וועלכער איז אַן אויפריכטיקער שמח בחלקו? (,טאָג", דעם 22-טן מערץ, 1925, נאָך מ. ספּעקטאָרס טויט),

שמעון דובנאָוו אין זיין בוך ,פון זשאַרגאָן צו יידיש? (ווילנע, 1929, זײן 17- 3 האָט אַ קורצע אָפּהאַנדלונג: ;מרדכי ספּעקטאָר אין זיין ,הויז-פריינד", וואו ער שרייבט צװישן אַנדערן: ;ער (ספּעקטאָר) איז געווען פון די ערשטע, װאָס האָבן דורכגעבראָכן דעם וועג צװישן שמ"רס באָבע-מעשיות און דער נייער בע- לעטריסטיק. אַ קינד פון פאָלק, נאָך װייניק באַרירט פון הויך:אינטעליגענטע שטרעבונגען, האָט ספּעקטאָר געמאָלן דאָס יידישע לעבן מיט איינפאַכע פאַרבן, פּשוט דערציילט, װאָס ער האָט געזען, געהערט און דערביי געפילט. דערפאַר זיינען זיינע ,ראָמאַנען אַזױ באַליבט געווען" (זי 17),

ש. דובנאָוו גיט איבער, -- ווען ער איז געקומען קיין װאַרשע אין 1887, , צו שטודירן דאָרט די קוועלן פון דער חסידישער באַװעגונג", האָט ער דאָרטן גע-

28 נחמן מייזיל

טראָפן ספּעקטאָרן, ;װאָס איז געווען איינגעטונקען אין חסידות (ער האָט געשטאַמט פון טאַלנער מיוחסים), און ;ער איז פאַר מיר געווען אַן אוצר". ;מיט אַ ברען פלעגט אונדז ספּעקטאָר דערציילן וועגן חסידים און רביים : ער האָט געמאָלן שטיקער לעבן פון זיין יוגנט אין דער עכט-חסידישער סביבה?" ... ש. דובנאָוו גיט אויך איבער וועגן זיינע באַגעגענישן מיט מ. ספּעקטאָר אין אָדעס אין 1913, וואו עס האָט דאַן געלעבט מ. ספּעקטאָר ;אַ פריילעכער, אַ לעבעדיקער, אַ בריה אין הלכות עסן און טרינקען, אַ פייערדיקער חסיד דעם זיידנס', גרייט צו כאַפּן שיריים ביי אים פון טיש... " (זי 23),

אויך דר. א. קאָראלניק -- אַן אומאַנער, אַ בןדעיר פון מרדכי ספּעקטאָר, --- פאַסט אַזױי אויף מרדכי ספּעקטאָרן, דעם מענטש און דערצײילער: ;,... ווען איך האָב געלייענט ספּעקטאָרן, האָב איך אים געזען וי אַ שטילן טייך, װאָס האָט זיך געשאָטנט און געשטראַלט פון זיך אַלײן... עס האָט באַרואיקט, עס האָט איינגעשלעפערט, וי די מעשיות, װאָס דער זיידע פלעגט דערציילן. אַן אייגנ" אַרטיקער ריטם, גלייך, אָן הפסקות, אָן קאָנטראַסטן, אָן דערהויבונגען און נידע- רונגען, דער שיין פון אַמאָל, דער שיין פון עפּישער פּשטות. דער דערציילער האָט געהאַט צייט, דער צוהערער אויך. קיינער האָט זיך ניט געאיילט, דאָס לעבן אויך ניט. אָן מהומות, אָן פּסיכאָלאָגישע רעטענישן און אָן אויסטייטשונגען ברייט און גלייך, --- און איז געקומען אינמיטן אַ מכשול -- האָט עס געפירט צו טראַגיזם. אַ לעבן, וואו עס איז געווען אַן אָנהייב און אַ סוף און אַ מיטן אַ לעבן, װאָס האָט געהאַט אַ סדר און איז געווען אַ המשך. און אַ לעבן, װאָס האָט זיך אַזױ שטאַרק ליב געהאַט.* און וייטער: ?"... די וועלט פון פלייש און בלוט, די וועלט פון ממשות. אַנדערע האָבן זי געװאָלט עפאַרטיפן", אויס- טייטשן --- פאַר אַנדערע איז זי געווען אַ משל און אַ טעמע, -- פאַר ספּעקטאָרן איז זי געווען אַ ווירקלעכקייט? (,פעדער", 1925, איבערגעדרוקט אין ;ספּעקטאָר- בוך").

און אַזױ אויך כאַראַקטעריזירט אים יעקב פיכמאַן, װאָס האָט אים נאָענט געקענט פון די יאָרן, בעתן ערשטן וועלט-קריג, ווען מ. ספּעקטאָר, דאַן שוין קרוב צו 60 יאָר, האָט געלעבט אין אָדעס, ,געוויס איז ער (ספּעקטאָר) אין זיין יוגנט געווען אויך אַ משכיל און אַ רעװאָלוציאָנער און געטרוימט פון אַ ניי געזונט לעבן פון יידישע פּויערן און זאָרגלאָזע דאָרפּסלײט. דאָס עכטע אין אים איז אָבער געווען דאָס ריין-עפּישע. אָן חכמות, אָן ליטעראַרישע אויבער-הסברות, אָפטמאָל ניט אינגאַנצן באַוואוסטזיניק, האָט ער אונטערגעהערט דעם ריטם פון לעבן און געשלונגען פאַרבן און בילדער מיט אַזאַ דורשט, װאָס כאַראַקטע- ריזירט דעם ריינעם קינסטלער. דאָס װאָס ער האָט זיך ניט אָפּגעגעבן קיין דין" וחשבון, און זיין אינטעלעקטועלער אַפּאַראַט האָט אַזױ שװאַך געאַרבעט, האָט געמאַכט זיין שאַפונג נאַטירלעך, פאָלקסטימלעך, אוממיטלבאַר". (;ליטעראַרישע בלעטער", 1925, נ' 51, איבערגעדרוקט אין ספּעקטאָר-בוך?.

מרדכי שפּעקטאָר 4

5

אָבער מיר קענען ניט און דאַרפן ניט נעמען דעם מענטש און קינסטלער מ. ספּעקטאָר פאַר זיך אַלײן, אָפּגעזונדערט פון אַלעמען. מיר באַדאַרפן אים, באַזונדערס איצט אין רעטראָספּעקטיו פון יאָרן און פון תקופות, נעמען וי אַ רינג אין דער גאָלדענער קייט פון דער יידישער ליטעראַטור אין פאַרבינדונג מיט דער גרעסערער און דערנאָך אַלץ מער װאַקסנדיקער יידישער ליטעראַ- רישער משפּחה. מיר מוזן אויסטיילן פאַר אים אַן אָרט אין דעם אױבנאָן פון דעם יידישן שרייבער-קאָלעקטיוו, דאַן וועלן מיר זען, אַז ער איז כלל ניט קיין איינצלנער, און ניט קיין יחיד במינו און אויסטערלישער.

אין דער יידישער ליטעראַטור פון די לעצטע זעקס'זיבן יאָרצענדליקער האָבן זיך אויסגעשיילט און אויסגעטיילט צויי באַזונדערע ריכטונגען. איינע אַ ‏ מער אינטעלעקטועלע, אַ לומדישע, אַ חריפישע, אַן אָנגעפולטע און אָנגע- זעטיקטע מיט אידייען, פּראָבלעמען, מיט אינעװייניקסטע און אויסנװייניקסטע ווייטיקן און װידערשפּרוכן. אָט-ידי ריכטונג אָדער שטרעמונג, װאָס ציט זיך בעיקר פון י. ל. פּרץ, און אויפן וועג, אין איר ווייטערדיקן גאַנג, האָט זי אָנגע- טראָפן און איז אַדורכגעגאַנגען דורך אַ גרויסער צאָל יידישע דיכטער, דער- ציילער און קריטיקער-עסייאיסטן --- האָט זיך באַמיט צו דערגיין צו דעם אייגג- אַרטיקן יידיש-וועלטלעכן מהות, געפּרואווט אַרױסשלאָגן דעם מיין, דעם תמצית פון יידן און יידישקייט, פון מענטש און ייד און געשטרעבט צו געגאַרטער שלימות, אָפט האָט זי געצונדן בריקן הינטער זיך און ניט-זעלטן זיך ווידער באַזעצט אין אַלט-באַנײיטע יידישע געצעלטן. און אַ צווייטע ריכטונג אָדער שטרעמונג איז געגאַנגען מיט און פון שלום עליכם. זי האָט געזען און אויפגענומען דאָס יידישע לעבן אַזױ װוי עס איז, געווען מיט די אַלע פּאַרשױינען ;פּאַני"בראַט! היימיש, אויסגעבונדן,. מיטגעמאַכט מיט זיי אַלע פריידן און ליידן, און אויס- דערציילט פּראָסט און פּשוט אַלדאָס געזעענע און געהערטע, אַרױסגעבראַכט אין די ווערק דאָס שטייגער-לעבן פונעם פאָלקס-מענטש, און איבערגעגעבן זיינע ;װאָכעדיקע? רעאַלע מעשים, זיינע ניט-געקינצלטע טראַכטענישן און רייד,

אָטידי צוויי ‏ שטרעמונגען זיינען אָפט זיך צעגאַנגען אין צוויי באַזונדערע ריכטונגען, צייטנווייז זיינען זיי געווען ווייט איינע פון דער אַנדערער און אַרױס- גערוקט גאַנץ-באַזונדערע אױיסגעשפּראָכענע אָנהענגער און באַגײיסטערער. גע" ווען אויך פאַלן ביי פאַרשײידענע, עלטערע און יינגערע שרייבער, ווען זיי זיינען איין צייט געווען אונטער דער דירעקטער השפּעה פון דער ערשטער, ;פרצ- יאַנישער", שטרעמונג, און שפּעטער אַרונטערגעפאַלן אונטערן איינפלוס פון דער צווייטער, פון ;שלום-עליכמישער", ריכטונג,

דעם מקור, דעם סאַמע אָנהייב ביי יעדן שרייבער דאַרף מען אָפט זוכן ניט אַזױ אין זיין שוין אינגאַנצן רייפן עלטער, נאָר בעיקר אין זיין שטאַם, אין זיין

30 נחמן מייזיל

היים, ביי זיינע עלטערן און אור-עלטערן, אַװודאי איז אַנדערש דער קינסטלער, װאָס קומט פון רבנישע, לומדישע היזער, פון בית המדרשניקעס, און גאָר אַנדערש זיינער די שרייבער, װאָס װאַקסן אַרױס פון ,עמך", פון המון-העם, פון אַרבעטס-מענטשן. די ביאָגראַפיע פונעם קינסטלער, זיין לעבנס-געשיכטע, איז אַלעמאָל דעריבער אַ שליסל צו דעם קינסטלערס וועלט.

עס איז ניט דאָ דאָס אָרט זיך אָפּצושטעלן אויף דעם גענויער און אויס" רעכענען די קינסטלער, װאָס זיינען געגאַנגען אין פּרצעס דרכים, און די, װאָס געהערן מער צו שלום-עליכמס חדר. צװישן די פאַרשיידענע באַוואוסטע און ווייניקער-באַוואוסטע שרייבער זיינען פאַראַן אויך קינסטלער, װאָס ראַנגלען זיך אָפט צווישן די צוויי באַזונדערע שטראָמען. אָט איז גובר איין שטראָם און אָט אַ צווייטער, עס איז געווענדט אָפט אָן דער צייט, אָן דער תקופה, אָן די טעג- דענצן, װאָס דער אַרום שטעלט אַרױס דעם קינסטלער, און װאָס שניידן זיך אַריין אין זיין געמיט און געוויסן און קומען דערנאָך צום אויסדרוק דורך זיינע ווערק.

ערגעץ-וואו האָט פּרץ גופא אָט-די װידערשפּרוכן, אָט-די באַזונדערע כוחות אינעם יידישן לעבן אַרױסגעבראַכט אין זיין ;צווישן צוויי בערג". פיל-פיל יידישע שרייבער האָבן אין זייערע ווערק געשילדערט דעם געפּלאָנטער, דעם קויתרוצצו", דעם געראַנגל צווישן אָט-די צוויי באַזונדערע עלעמענטן און שטאָפן אין זייער שאַפן,

עס איז כלל קיין צופאַל ניט, װאָס אין 1894 האָט מ. ספּעקטאָר אָנגעהויבן צוזאַמען מיט פּרצן אַרויסצוגעבן די גיום-טוב-בלעטלעך", אָבער גלייך נאָך דעם ערשטן נומער, איז ער אַװעק און האָט גענומען אַרױסגעבן זיינע אייגענע װואַכעדיקע בלעטלעך".

6

זיין אױטאָביאָגראַפיש בוך ;מיין לעבן" הויבט אָן מרדכי ספּעקטאָר אַזױ : ;פון צוויי פאַרשיידענע וועלטן בין איך אויף גאָטס ערד געקומען. די צוויי וועלטן זיינען אין מיינע קינדער-יאָרן באַשטאַנען פון דער מאַמעס צד און פון דעם טאַטנס צד, מיין ערשטע וועלט איז געווען פול מיט גשמיות, קראַפט, מאַכט, שטאַרקײט מיט נאַקעטער פּראָזע; און די צווייטע װעלט -- פול מיט רוחניות און פּאָעזיע, שיינקייט, פּראַכט, אַ סך הימלען מיט פיל זונען און גאַנצע וועלטן, אין וועלכע איך האָב אין מיינע קינדער-יאָרן אַרומגעשװעבט". ספּעקטאָר מאָלט זיינע ;פינף פעטער פון דער מאַמעס צד", -- זיי זיינען געווען ;שטאַרקע און געזונטע, װוי דעמבעס, און הויכע װי די סאָסנעס?. און ער דערמאָנט זיך עװוי ביים טיש, אַז װאָס די מאַמע פלעגט אָנגרייטן צוליב די געסט, פלעגן זיי עסן מיט גרויס אַפּעטיט און פאַרטרינקען מיט אַ סך ווין, און קיינמאָל איז ביים טיש גאָרניט איבערגעבליבן, וויפל די מאַמע האָט ניט צוגעגרייט צוליב די

מרדכי ספּעקטאָר 31

געהויבענע און אָנגעלײגטע געסט". דער טאַטע, װאָס האָט געשטאַמט פון גאַ- ליציע, איז געווען טאַקע אַ בן-טובים, דער זיידע איז געווען אַ מחבר פון צויי ספרים, פּירושים אויף תורה, -- אָבער דער פאָטער איז געשטאָרבן, ווען מרדכי איז נאָך געווען אַ קינד, אַ פיר יאָר אַלט, האָט, משמעות, מרדכי ספּעקטאָר אויפ- גענומען אין זיך מער די השפּעה פון זיין מאַמעס האַרציקער, קרעפטיקער, לעבנס- לוסטיקער משפּחה. און דאָס האָט זיך אָפּנערופן אויף אים, אויף זיין כאַראַקטער און אויף זיין שאַפן,

ווען מיר לייענען די דריי טיילן פון זיין אױטאָביאָגראַפיש װערק, וואו ער ברענגט אַרױס די פּאָדאָליער שטעט און שטעטלעך (אומאַן, וויניצע, זװעניגאַ- ראָדקע, מעזשיבעזש א. אַנ.), וואו ער האָט געלעבט און זיך געטראָפן מיט כל- ערליי גלאַט-ײידן, חסידים, יונגעלייט און פרויען, -- זעען מיר פון װאַנעט מרדכי ספּעקטאָר האָט גענומען מיט פולע הויפנס שטיקער לעבנס פאַר זיינע װערק. ער האָס זיי גענומען וי זיי שטייען און גייען, זיי אַרײינגעבראַכט מיט זייער גאָן- צער רירעוודיקייט און געטומל. ער האָט ניט געװאָלט זיך גראָבן אין טיפענילי, ער האָט זיך ניט באַמיט אַריינצודרינגען אין דעם עלפני ולפנים", אין די סאַרע אינעווייניקסטע װעלטן פון די פּאַרשױנען (װוי ס'האָט געטאָן זיין ,לאַנדסמאן" מיכה יוסף בערדיטשעווסקי). ער האָט זיי ליב געהאַט וי זיי האָבן זיך אים ב'ן- וויזן און ער האָט זיי אַזױ געשילדערט. און נאָך עפּעס: ער האָט געהאַט זײ יי- כערקייט, אַז אויף אַזאַ אופן װעט עס דערגיין צום פאָלק, װעט דער יידישנֶר פאָלקס-לייענער קאָנען פאַרשטיין און װעט עס אויפנעמען,

שלום-עליכם האָט טאַקע אַמאָל געשריבן צו מ. ספּעקטאָרן אין אַ בריו, וואו ער האָט גערעדט וועגן זיינע, ספּעקטאָרס, פעליעטאָנען ;שטעט און שטעט" לעך", װאָס ער האָט געשריבן יאָרנלאַנג (אונטערן נאָמען ;אמת") און פאַרגל כן זיי מים פּרצעס (װאָס ער האָט איין צייט פאַרעפנטלעכט אין ,יוד" אונטער נאָ- מען ;די בין") : עגװאַלד, זי קאָנען ניט אָדער ווייסן ניט װאָס צו שרייבן און וי אַזױ צו שרייבן פאַרן פאָלק, מיר מעגן זיך באַרימען, אַז פון דעם סוד וייסן נאָר מיר ביידע* (י. ד. בערקאָוויטש -- ;מיט דער משפּחה פון שריפטשטעלערד", אין ;שלום-עליכם-בוך", זי 164),

עס איז פאַלש צו זאָגן, אַז מרדכי ספּעקטאָר איז געקומען ערגעץ ,פון דער הוילער הויט", אָן טראַדיציע, אָן ירושת-אבות, אָן אַ קולטור. און אַזױ האָט מען דאָך געװאָלט אויפפאַסן מ. ספּעקטאָרן. עס שרייבט דוד פרישמאַן : ?ער (ספּעק- טאָר) איז געקומען אין דער ליטעראַטור אַרײן אָן שום באַגאַזש : אָן פאָרבילדער. אָן טראַדיציעס, אָן בוך, כמעט אַזױ װי די מאַמע האָט אים געהאַט. מיטגעבראַכט האָט ער איינציק און אַליין די לוסט צום שרייבן, די נייגונג צו פורעמען געשטאַלטן, און אַ פּאָר געזונטע אויגן, אַ געזונטן נאַטור-פאַרשטאַנד, אַ נאַטור-אינטעליגענץ און אַ געזונט נאַטירלעך פילן", און ב. קארליניוס (ב. קארלינסקי) האָט געשריבן

2 נחמן מייזיל

נאָך ספּעקטאָרס טויט, אין זיין אַרטיקל ;דער לעצטער פון אַ דור" : ,כראָנאָלאָגיש --- דער נאָענטסטער צו דער השכלה-עפּאָכע, איז ספּעקטאָר איינער פון די גע" ציילטע, װאָס מ'קאָן ניט אָנווייזן ביי זיי קיין שום שפּור פון די לאָזונגען פון יענער עפּאָכע, אַליין אַ פּשוטער מענטש פון פאָלק, איז ספּעקטאָר ניט באַ- איינפלוסט געװאָרן דירעקט פון דער אינטעליגענטישער העברעאישער ליטע- ראַטור --- וי דאָס איז געווען דער פאַל, למשל, מיט מענדעלען, פּרצן, אָדער דינעזאָנען. ער (ספּעקטאָר) איז געקומען אין דער ליטעראַטור מיט דער גאַנצער פּשטות פון אַ פאָלקס-מענטש (ער האָט אַפילו שפּראַכלעך קיין עװאָלוציע ניט אַדורכגעמאַכט) און מיט דער ערלעכקייט פון אַ ,מאָלער-דערציילער" (;ספּעקטאָר- בוך", זי 154),

ס'איז ניט אינגאַנצן ריכטיק, ווייל מ. ספּעקטאָר איז פון זיין יונגן עלטער געווען אונטער דער השפּעה פון גאַנץ רוישיקע און וויכטיקע פּאָליטיש-געזעל- שאַפטלעכע געשעענישן, װאָס זיינען פאָרגעקומען אינעם אַלגעמײנעם און יידישן לעבן. ער האָט פאַרבראַכט, זינט זיינע יונגע יאָרן, צװישן פאַרשיידענע קרייון און שיכטן, צװישן האַנדל און װאַנדל, זיך אָנגעזען מיט קרובים, פריינט, באַ- קאַנטע און זיך אָנגעשטױסן אויף שועריקייטן און שטערונגען ביים זוכן און געפינען אַ מעמד אין לעבן. ער האָט אָבער אויך אַדורכגעמאַכט די צאַרישע פּאָגראָמען פון אָנהייב די 80ער יאָרן, און אין זיין צייט האָט זיך ברייט-אַנט- וויקלט די ,פאָלקיסטישע? באַוועגונג אין רוסלאַנד און ס'האָבן זיך אויך גע- נומען באַװייזן אינעם יידישן לעבן טרוימער-אָנזאָגער פון סאָציאַלן און נאַציאָ- נאַלן רענעסאַנס. פאַר זיינע אויגן האָט זיך אָנגעהויבן דער אױפשפּראָץ פון דער מאַסן-ליטעראַטור אין יידיש. ער, דער יידישער יונגערמאַן, דער לעבנסלוסטיי קער און באַהאַרצטער, איז זיכער מיטגעריסן געװאָרן פון אָט-די שטראָמען און דערפילט דעם פאַרלאַנג צו שרייבן און צו באַשרײבן דאָס געזעענע און אַדורכגעלעבטע. און דערצו האָט ער אָנגעטראָפן אויף זיין לעבנס-וועג וויכטיקע פּערזענלעכקייטן : אין די גאָר פריע יאָרן -- י. י. לינעצקי און אברהם גאָלד- פֿאַדן, דערנאָך זיך באַפרײינדעט מיט אליעזר צבי הכהן צווייפעל (דער מחבר פון ;שלום על ישראל") און שפּעטער -- מיט משה לייב ליליענבלום, און ביים שטעלן די ערשטע ליטעראַרישע שריט (מיט זיין ;אַ ראָמאַן אָן אַ נאָמען"), ווערט ער אַרײינגעצויגן אין דער יידישער פּרעסע און ליטעראַטור צו פאַרנעמען אין זיי אַ גאָר בכבודיקן און פאַראַנטװאָרטלעכן אָרט,

7

איך געדענק גוט אַ לאַנגן בריוו, אויף אַ 20 געדיכט-אָנגעשריבענע זײיטן, װאָס איז אונדז אָנגעקומען דורך אַרומיקע וועגן קיין קיעוו אין 1918, אין די האָניק:חדשים פון דער רוסלענדישער רעװאָלוציע, פון מרדכי ספּעקטאָר. דער בריוו, געשריבן אויף וויפל עס געדענקט זיך, פון קעשענעוו, איז פול געווען

מרדכי ספּעקטאָר 35

מיט דראַנג און בענקשאַפט קיין קיעו, וואו עס איז דאַן ראַשיק אויפגע- װאַקסן אַ ברייט און פיל-קאָלירנדיק קולטור-געזעלשאַפטלעך און קינסטלעריש לעבן. מ. ספּעקטאָר איז שוין דאַן אַלט געווען נאָענט צו 60, אָבער וויפל יונגע באַגײסטערונג און יוגנטלעכער ברען איז געווען אין אָט דעם לאַנגן װיכטיקן בריוו ! מ, ספּעקטאָר האָט געוואוינט עטלעכע יאָר אין אָדעס, וואו ער איז גע- ווען טעטיק אין דעם דאָרטיקן יידישן קולטור-לעבן, ער איז אויך געווען איינער פון די איניציאַטאָרן פון דער דאָרטיקער אקולטור-ליגע". ערשט אין 1920 האָט ער זיך געלאָזט קיין אַמעריקע, זיך געװאַלגערט איבער גרענעצן און נאָך אייני- קע חדשים זיך קוים דערשלאָגן קיין ניו-יאָרק, פול מיט ברען און ווילן צו לעבן און צו שאַפן, ער פלעגט שיקן לאַנגע, אינטערעסאַנטע בריוו צו זיין פריינט ש. שרעברעק קיין װאַרשע (אפשר זיינען די בריוו אויפגעהיט אין ישראל דורך שרעברעקס יורשים),

אַ גאָר באַזונדער און אויסערסט-אינטערעסאַנט קאַפּיטל איז מ. ספּעקטאָרס גוטברודערשאַפּט מיט שלום עליכמען, װאָס האָט אָנגעהאַלטן, מיט אייניקע איבעררייסן, איבער דרייסיק יאָר. וועגן דעם גיט איבער, אויפן סמך פון שלום- עליכמס בריוו צו מ. ספּעקטאָרן און אויך פון פּערזענלעכע איינדרוקן י. ד. בער" קאָוויטש (;שלום-עליכם-בוך", ז"ז 165-162) אינטערעסאַנטע פּרטים. שלום- עליכם האָט שטענדיק געהאַלטן אויפן אויג מ. ספּעקטאָרן, אים אויפגעמונטערט, אויסגעדריקט זיין התפּעלות פאַר זאַכן, װאָס זיינע אים, שלום-עליכמען, געפעלן און אויך אים געשטראָפט, געמוסרט, ווען ער איז ניט געווען צופרידן פון עפּעס, װאָס מ. ספּעקטאָר האָט געשריבן. אַזױ, למשל, האָט שלום-עליכם געלויבט אין אַ בריוו צו מ, ספּעקטאָרן זיינע קאַפּיטלען פון ;בעל שם טוב" (פאַרעפנטלעכט אין ,הויזיפריינד", ב' 4)): ;איך האָב מיך ממש מחיה געווען, באמת געפרייט זיך, משונה הנאה געהאַט פון מיין חבר, מיט וועלכן איך קאָן שטאָלצירן קעגן אַלע אונדזערע ,גרויסע". . . * און אַן אַנדערש מאָל שרייבט שלום-עליכם, אגב, צו זיין פריינט י. ח. ראַבניצקי: ;,נעמט דאָס דריטע בוך ,הויז-פריינד", דאָרט ‏ וועט איר געפינען צוויי דערציילונגען פון ספּעקטאָרן, פון וועלכע איר װעט הנאה האָבן. איך בין פון זיי געווען נתפּעל'"

און אַזױ ווייט איז דערגאַנגען זייער טיפע, נאָענטע גוטפריינטשאַפט, אַז שלום-עליכם האָט געזען אין ספּעקטאָרן אַן אייגענעם מענטשן, אָדער גאָר, וי ער פלעג זיך אויסדריקן מיט שפּאַס, ;אַ ווייב". אין פיל בריוו האָט שלום-עליכם, אָטידער משפּחה מענטש, װאָס האָט מענדעלען געמאַכט פאַר אַ ;זיידן" און זיך פאַר אַן ,אייניקל", אין בריוו צו ספּעקטאָרן אים כסדר געטיטלט ,לזוגתי היקרה מרת ספּעקטאָר שתחי'... * דערמיט האָט ש"ע באַטאָנט דאָס מאַמעדיקע, דאָס האַרציקע, דעם באַזונדערן אינטערעס פאַר מאכלים, פאַר קיך-אַרבעט, װאָס איז געווען אין ספּעקטאָרן,

שלום-עליכם האָט אָנגעהאַלטן זיין נאָענטע צוגעבונדנקייט צו מ. ספּעקטאָרן

24 נחמן מייזיל

לאַנגע יאָרן און אין זיינע בריוו האָט ער, אויסער גוטמוטיקע שטיפערישקייט, אָפט אויך אָנגעשלאָגן טיפע, ערנסטע טענער. אין די שלום-עליכם-בריוו זעען מיר אויך שטריכן פון דער ספּעקטאָר-געשטאַלט, װאָס שלום-עליכמען איז זי געווען באַזונדערס האַרציק-נאָענט. אָט שרייבט שלום-עליכם אין אַ בריוו צו מ. ספּעקטאָרן (קיעוו, דעם 2טן נאָוועמבער, 1902): ;האָסט מיך, הייסט עס, פאַרװאָראָזשעט (פאַרכישופט -- 1. מ.) צו אַלדי גוטע יאָר!... איך פאַרשטײי ניט, זוגתי היקרה, וועלכער רוח אַרט דאָס דיך, אַז אונדזערע בריוו וועלן זיין נאַנץ. למאי זאָלן מיר זיי ברענען ? לאָזן אונדזערע שונאים ברענען אויפן פייער ! אדרבא, לאָז די היסטאָריע איבער הונדערט צואנציק יאָר לייענען, וי צויי יידישע פאָלקס-שרייבער, װאָס זיינען געווען געבונדן בלא חופּה וקדושין, האָבן זיך איבערגעשריבן, און װאָס עס האָט זיך געטאָן מיטן זשאַרגאָן. איך שטעל מיר פאָר, װאָס פאַר אַ פּנים מיר ביידע ועלן האָבן ביי אונדזערע אור-אור- אייניקלעך, אַ שטייגער, אין אַ פופציק אָדער הונדערט יאָר אַרום, דעמאָלט ווען אונדזערע ביינער װועלן שוין לאַנג פוילן אין דער ערד ! אַך, דער זשאַרגאָן, דער זשאַרגאָן ! מי יודע װאָס פאַר אַ ראָלע ער װעט נאָך אַמאָל שפּילן ביי אונדזער פאָלק ! נאָר לאָז די , געשיכטע?" גיין אין איר וועג, און מיר באַדאַרפן לעת-עתה אינזינען האָבן אונדזערס"... (שלום-עליכם-בוך", זיז 196-195).

אין אַלע זיינע ליטעראַרישע ענינים, ביי אַלע זיינע פאָרשלאָגן צו אַרױס- געבער, האָט שלום-עליכם שטענדיק געטראַכט וועגן זיין נאָענטן פריינט מרדכי ספּעקטאָר, אַמאָל האָט שלום-עליכם אין אַ בריוו צו י. ח. ראַבניצקין געשריבן : ;אַלע מאָל, וואו עס ווערט געבראַכט מיין נאָמען, זע איך, אַז מיין ווייב ספּעקטאָר זאָל אויך זיין" . . . און צו מ. ספּעקטאָרן האָט שלום-עליכם אין 1902 גאַנץ ערנסט געשריבן (שפּעטער איז ער אַריבער מיט ספּעקטאָרן אויף ;דו"): ,אין אייער ביאָגראַפיע פאַרגעסט ניט (צו שרייבן), אַז מיר ביידע זיינען געבונדן, אַז ס'איז באַשערט געווען אַלע מאָל, מיר זאָלן ביידע גיין אינאיינעם, װי אונטער די הענט,,*

און י. ד. בערקאָװויטש, װאָס ברענגט די שורות, גיט צו: 2... טאָמער איז שלום-עליכם מגולגל געװאָרן אין זיינע לעצטע טעג קיין אַמעריקע און ער האָט באַדאַרפט געפינען זיין אייביקע רו אויף אַ ברוקלינער בית-עולם, -- האָט עס אויך ספּעקטאָרן צום סוף פון זיינע טעג פאַרטראָגן איבערן ים אין דער ווייטער אַמעריקע, ער זאָל באַקומען זיין אָרט אויף דעם זעלבן בית-עולם, אין איין שורה מיט זיין לעבנס-:חבר שלום-עליכם".

שלום-עליכם איז געשטאָרבן דעם 12טן מאַי, 1916, און מרדכי ספּעקטאָר -- דעם 15טן מערץ, 1925,

די יידישע געזעלשאַפטלעכקײט, די יידישע ליטעראַטור איז פיל שולדיק מ. ספּעקטאָרן. שוין צייט צו צאָלן און אָפּצאָלן אים דעם חוב.

150

מ. מ. וואַרשאַווסקי

1

מ. מ., װאַרשאַװסקי (1907-1848) איז ;אַנטדעקט? געװאָרן דורך שלום- עליכמען אין 1897 און אין סאַמע קיעוו.

ווער איז אָט דער מ. מ. (מאַרק מאַרקאָװויטש) װאַרשאַװסקי ?

זיין ;אַנטדעקער", שלום-עליכם, דערציילט : ;דאָס איז געווען מיט אַ יאָר 4 צוריק (געמיינט אַרום 1898-1897 --- נ. מ.), אין אַ געשפּרעך מיט אַ גע- שװאָרענעם אַדװאָקאַט אין קיעוו (מ. מ---ר *), דערציילט מיר דער דאָזיקער אַדװאָקאַט אַ מעשה, אַז יענע ואָך איז ער געפאָרן מיט זיינעם אַ קאָלעגע, אויך אַ געשװאָרענער אַדװאָקאַט, מ. מ. װאַרשאַװוסקי, פון קיעוו קיין װאַסילקאָו אין געריכט אַרין, האָט אים אָט דער װאַרשאַװוסקי דעם גאַנצן וועג געזונגען יידישע לידלעך אין ,זשאַרגאָן", נאָר אַזעלכע, װאָס צעגייען זיך ממש אין אַלע אברים,,"

און אַז שלום-עליכם האָט געפרעגט זיין פריינט : ;וועמענס לידלעך זיינען דאָס ? וואו קריגט מען זיי און וואו זיינען זיי געדרוקט ?"

האָט אים זיין קרוב, דער אַדװאָקאַט געענטפערט, אַז דאָס זיינען ;זיינע אייגענע לידלעך, אין ערגעץ ניט געדרוקט. ער אַלײן, װאַרשאַװסקי, מאַכט די לידער, ער אַלין באַשאַפט די מוזיק צו זיי, און ער אַלין זינגט זיי --- אַלצדינג אַליין

איז שלום-עליכם געװאָרן שטאַרק נייגעריק און זאָגט צו זיין פריינט : ?סטייטש, װאָס-זשע שווייגט איר ? גיט אים אַהערצו, אָט דעם פויגל! "

עס איז געווען די צייט, ווען עס האָט זיך אין דער יידישער וועלט אַרױיסבאַװיזן אַ באַזונדערער אינטערעס צום יידישן פאָלק-ליד, אָנהײיב 1898 איז אין די יידישע צייטונגען אין רוסלאַנד (?המליץ", ,;הצפירה" און ;װאָסכאָד*) פאַרעפנטלעכט געװאָרן פון פּ. מאַרעק און ש. גינזבורג אַ רוף צו אַלעמען, װאָס שטייען נאָענט צו די יידישע פאָלקס-מאַסן, זי זאָלן פאַרשרייבן און צושיקן צו זיי די פאָלקס- לידער, װאָס ווערן געזונגען אין זייערע געגנטן. װי ס'דערציילט ש. גינזבורג (;אַמאָליקער פעטערבורג", ניו-יאָרק, 1944), האָט די ווענדונג אַרויסגערופן ;אַ גאַנץילעבעדיקע דיסקוסיע אין דער פּרעסע". די זאַמלונג פון די עפאָלקס-

) מ. מאַזאָר, שלום-עליכמס אַו קרוב און נאָענטער פרוונט, אָנגעזעענער צווניסט און שפּעטער פאָרזיצער פון קיעווער קהילה. --- ג. מ,

33

36 נחמן מייזיל

לידער פון רוסישע יידן" (פון אַ 400 ז"ז) איז דערשינען יאַנואַר 1901. אָבער נאָך סוף 1899 איז אָרגאַניזירט געװאָרן אין פּעטערבורג אַן אָװנט-קאָנצערט, גע- ווידמעט די יידישע פאָלקס-לידער (ביי דער באַטײליקונג פונעם באַואוסטן יידישן מוזיקער יואל ענגעל און באַרימטן אָפּערע-באַריטאָן יאָאַכים טאַרטאַקאָו).

לאָמיר דאָ צוגעבן, אַז נאָך מיט אַ דריי-פיר יאָר פריער האָט י. ל. פּרץ געמאַכט אַן ערנסטן פּרואוו צו זאַמלען פאָלקס-לידער. י. ל. כהן, דער באַוואוס- ! טער פאָלקלאָריסט, האָט אַמאָל געשריבן, אַז ;שוין פאַר אַ צייט פריער, נאָך איידער אפשר ס'איז געפּלאַנט געװאָרן די פאָלקס-זאַמלונג (דורך ש. גינזבורג און פּ. מאַרעק), האָט שוין פּרץ אָנגעהויבן גאַנץ אייפעריק פאָרשן נאָכן יידישן פאָלקס-ליד, װאָס איז געזונגען געװאָרן צווישן די ברייטע פאָלקס-מאַסן. ער האָט קענטיק געהאַט אַ גאַנץ באַזונדערע תשוקה צום יידישן פאָלקס-געזאַנג, װאָס גאָר װייניק פון אונדזערע דיכטער האָבן עס פאַרמאָגט?", י. ל. כהן גיט צו, אַז אין די יאָרן 1896-1895 איז אַרומגעגאַנגען אַ קלאַנג אין װאַרשע, אַז יל, פּרץ ,זאַמלט פאָלקס-לידער, ער זוכט אויס דינסטמיידלעך, ער קריגט יידישע יונגעלייט, װאָס זינגען פאַר אים יידישע פאָלקס-לידער". פּרץ האָט אייגנהענטיק איבערגעשריבן אַ 50 יידישע פאָלקס-לידער (די זאַמלונג האָט געהאַלטן 60 זייטן), צוגעשטעלט דעם העפט דער װאַרשעװער צענזור און געפּלאַנט עס אַרױסגעבן, די אויפשריפט פון דער צענזור איז געמאַכט געװאָרן דעם 23טן יולי, 1896. אַ קאָפּיע פון אָט דער פאָלקס-לידער-זאַמלונג, אָדער קאָן זיין, אַ פאַרגרעסערטע, האָט פּרץ אין יענער צייט איבערגעגעבן דעם באַואוסטן יידיש-אַמעריקאַנער ליטעראַטור-היסטאָריקער לעאָ ווינער. פּרץ האָט געשריבן בריוו צו פאַרשיידענע שרייבער-אָנפאַנגער און געבעטן זיי צו זאַמלען פאָלקס- לידער. אַזעלכע בריוו האָט ער געשריבן אין 1897 צו אברהם רייזען, צו י. י. פּראָפּוס קיין קאָװונע. אין 1898 האָט פּרץ אַפילו פאַרעפנטלעכט יידישע פאָלקס- לידער אין אַ דייטשישן חודש-זשורנאַל ,דער אורקוועל" (ווין, 1898, באַנד 2, זיז 145, 151) מיט לאַטײינישע אותיות און מיט אויסטייטשונגען און דערקלע" . רונגען, *)

עס איז געווען די צייט, ווען צוזאַמען מיטן נאַציאָנאַלן און סאָציאַלן רענע- סאַנס אויף דער יידישער גאַס האָט זיך דערװעקט אַ באַזונדערער דראַנג צום יידישן פאָלקס-שאַפן, צו יידישע פאָלקס-לידער, צו יידישע געזאַנגען גאַנץ מעגלעך, אַז ס'איז ניט געווען קיין דירעקטע פאַרבינדונג צוישן אָט-די באַזונדערע פּרואוון צו זאַמלען די יידישע פאָלקס-לידער, װאָס מיר טרעפן כמעט אין די זעלבע יאָרן אין װאַרשע, פּעטערבורג, קיעוו, א. אַז, װו.

") נחמן מיווול , י. ל. פּרץ", 1045, קאַפּישל ,ביי די קװואַלן פונעם פאָלקס-שאַפן ", ז"ז 180-170,

מ. מ. ואַרשאַוסקי 57

2

אויב אין װאַרשע האָט י. ל. פּרץ און אין פּעטערבורג האָבן ש, גינזבורג און פּ, מאַרעק זיך געגראָבן אין די פאָלקס-קואַלן גופא און האָבן, מיט דער הילף פון פאָלקס-מענטשן, באַמיט זיך צו דערקלייבן זיך צו די פאָלקס-לידער, װאָס זיינען פאַרשפּרײט און אויפגעהיט געװאָרן אין פאָלקס-מויל און אין פאָלקס- געדעכעניש, האָט שלום-עליכם זיך אָנגעשלאָגן אויף אַ גאָר אײגנאַרטיקער דערשיינונג. ער האָט אַנטפּלעקט אַן אָריגינעלן פאַרפאַסער פון יידישע פאָלקס- לידער, װאָס איז אַלײן געווען ווייט ניט קיין פּשוטער פאָלקס-מענטש, נאָר אַ מענטש מיט אַ הויכער אוניווערסיטעט-בילדונג און וועלכער האָט פיל אאָרן געלעבט אין אַן אַסימילירטער סביבה, ווייט פון יידישע פאָלקס-מאַסן,

שלום-עליכם אַטעסטירט אים אַזױ אין זיינע ,פּאָר ווערטער צו װאַרשאַװס- קיס לידער" (געשריבן אויגוסט 1900 אין קיעוו) : ;מ. מ. װאַרשאַװסקי איז אַ מענטש א פאַרנומענער --- ער איז אַ יוריסט, --- װאָס האָט ניט קיין צייט אָפּצו" געבן זיך מיט ליטעראַטור, נאָר אַז ער האָט אַ פרייע מינוט זינגט ער זיך אַ יידיש לידל, זיין אייגענע אַרבעט, מיט אַ יידישער מעלאָדיע, װאָס ווערט ביי אים באַ- שאַפן אינאיינעם מיט די ווערטער." מ. מ. װאַרשאַװסקי ;האָט ניט אין זינען געהאַט אַרױסצוגעבן זיינע יידישע לידער פאַרן פאָלק און אַפילו אָנשרײבן זי אויפן פּאַפּיר,"

אין זיין פאָררעדע *) צו דער צווייטער אויפלאַגע פון מ. מ. װאַרשאַווסקיס פאָלקס-לידער (געשריבן אין 1914, פאַרן ,מוריה?-פאַרלאַג, איבערגעדרוקט אין ניודיאָרק, 1918) מאָלט שלום-עליכם פאַר אונדז מ. מ. װאַרשאַווסקין, ווען ער האָט אין אים אַנטפּלעקט דעם וואונדערבאַרן פאַרפאַסער פון די יידישע פאָלקס-לידער : ;אַ מענטש פון אַריבער פופציק, קורצן וואוקס מיט קורצזיכטיקע, נאָר שמייכ- לענדיקע און אַ סך רעדנדיקע אויגן, גוט געפּאַקט, אַן אָפּנעטראָגן רעקל מיט אַ ביסל אויסגעריבענע עלנבויגנס, אַן אַלט-געזעסענער שניפּס, אַ גיך גענגל, אַ שיין קול און אַ שטאַרק הילכיקער געלעכטער -- אָט דאָס איז װאַרשאַװוסקיס פּאָרטרעט?.

שלום-עליכם דערמאָנט זיך, װוי מ'האָט צו אים געבראַכט מ. מ. װאַרשאַווס- קין, אָדער װי שלום-עליכם דריקט זיך אויס גוטברודעריש, װי ;,מען האָט מיר געבראַכט דעם פויגל", ;דער גאַסט האָט זיך לאַנג ניט געלאָזט בעטן, זיך אַװעק- געזעצט צום פאָרטעפּיאַן און גענומען זינגען און זיך אַלײן אַקאָמפּאַנירן זיינע שיינע לידער מיט אַזױ פיל הומאָר און געפיל און מיט אַזאַ שיינער, האַרציקער שטימע, אַז איך האָב אים פּשוט ארומגעכאַפּט קושן:

*) ביידע פאָררעדעס זיינען אריין וו אַן אַרטיקל איבער מ. מ. װואַרשאַווסקי איין יל ום-עלוכמם , ווד וישע שרוובטר '

98 נחמן מייזיל

; -- גזלן ! פאַרװאָס לאָזט איר ניט אָפּדרוקן די דאָזיקע לידער ? וען איך זאָל ניט וויסן, אַז דאָס זיינען אייערע אייגענע, װאָלט איך געמעגט שװערן, אַז איך האָב זי אַמאָל געהערט זינגען פון מיין מאַמען ! "

, אַזױ פיל פאָלקסטימלעכקייט --- גיט צו ש"ע -- האָט זיך געפונען אין די ווערטער און אַזױ פיל פּראָסטקײט אין זייערע מעלאָדיעס וי"

און אַנטפּלעקט אַזעלכע זעלטענע פאָלקס-לידער און פאָלקס-געזאַנגען, האָט ש"ע שוין ניט גערוט און באַמיט זיך זיי אַרויסצוברענגען פאַר דער יידישער וועלט. אָבער ;דער געדאַנק פון לאָזן דרוקן די לידער איז געווען פון װאַרשאַװוס- קין אַזױ ווייט, אַז ער האָט גאָרניט געװאָלט הערן דערפון, און דערביי האָט ער זיך מיר מודה געווען, אַז כאָטש ער האָט אַמאָל געשטודירט אין דער ראַבינער- שול (אין זשיטאָמיר), האָט ער יידישקייט געלערנט אַזױ װינציק און פאַרגעסן אַזױ פיל, אַז ס'איז אים שווער אפילו אָנצושרייבן זיינע לידער אויף פּאַפּיר," אָבער ,;קעגן דעם--זאָגט ש"ע--האָט זיך געפונען אַ מיטל". מיר האָבן גענומען אים אַטאַקירן פון אַלע זייטן אַזױ לאַנג, ביז מען האָט ביי אים געפּועלט, ער זאָל מיר דיקטירן דעם טעקסט, און פאַר אַ מוזיקער -- די נאָטן,"

צװישן די ש"ע-בריוו איז אויפגעהיט אַן אינטערעסאַנטער בריו, װאָס שלום-עליכם האָט געשריבן צו י. ח. ראַװוניצקי, דעם דעמאָלסדיקן רעדאַקטאָר פונעם צייטשריפט ,דער יוד", ווען ער האָט צוגעשיקט מ., װאַרשאַװוסקיס ערשטע לידער צו דרוקן זיי אין ,יוד" (סוף 1898): ,... די חכמי קיעו, ימח שמם, האָבן שוין לאַנג אויף מיר מוציא לעז געווען, אַז איך בין אַזאַ מחבר, װאָס פאַרגין קיינעם ניט, עיני צרה בשל אחרים (איך פאַרְגִין ניט אַ צוייטן זיין כבוד), אַז ס'איז נאָר אני ואפסי עוד (איך בין איינער און ווייטער קיינער) וכו' וכו וכו'. איך וויל זיי באַװייזן, אַז אַ רוח אין זייער פאָטער און מוטער אַרײן." (שלום- עליכם-בוך", זי 187),

2

וי אַזױ שלום-עליכם איז געשטאַנען אויף דער װאַך און באַמיט זיך אַרוס- צורוקן װאַרשאַװסקין, באַװײיזט אַ שטעלע אין אַ צווייטן בריוו פון ש"ע צו י. ח. ראַווניצקי (פון 17-טן אַפּריל, 1899, וואו ער שרייבט אים וועגן דעם נ' 6 איוד") : ;צו װאָס האָט אייך געטויגט פּרצעס עטלעכע פּוסטע שורהלעך? בכדי שלא להוציא הנייר חלק (אַבי ניט לאָזן ליידיק דאָס פּאַפּיר) ? דאַכט זיך, אַ סך גלייכער װאָלט געווען װאַרשאַוװוסקיס צו דרוקן,?

ש"ע האָט אויף פאַרשיידענע אופנים אַרױסגעבראַכט װאַרשאַװסקין און זיינע לידער פאַר דער עפנטלעכקייט. ;יענע צייט -- שרייבט ש"ע -- איז געווען די צייט פון ,ציוניזם? : ציוניסטישע אָװונטן, פאַרזאַמלונגען און דיסקוסיעס. און אַזױ וי די פאַרזאַמלונגען זיינען באַשטאַנען פון סאַמע הייסע דעבאַטן און טרוקענע רעדעס, האָט מען זיך שטאַרק גענייטיקט אין אַ פאַרבייסעכץ אין אַ מין קאָמ-

מ. מ. ואַרשאַווסקי 59

פּאָט... דער דאָזיקער קאָמפּאָט איז געווען די ערשטע צייט ש"ע'ס ,מעשיות? און דערנאָך איז צוגעקומען אויך װאַרשאַווסקיס לידער,? ס'איז כמעט ניט אַװעק- געגאַנגען אַן אָװונט, אַ ציוניסטישע פאַרזאַמלונג, מען זאָל אונדז ניט שלעפּן פון .קרעשטשאַטיק? אויף ,פּאָדאָל" (דער אויבערשטער און אונטערשטער טײל פונעם באַרגיקן קיעוו --- ג. מ.), און פון ,פּאָדאָל?" אויף ;קרעשטשאַטיק?. איך האָב געמוזט עפּעס פאָרלייענען, און װאַרשאַװסקי האָט געמוזט עפּעס זינגען -- און ניט ;עפּעס? זינגען, נאָר טאַקע אַ סך זינגען! אַלצדינג, וויפל ער האָט פאַר- מאָגט, האָט ער געמוזט אויסזינגען, גאָר אָן אַ שום תירוץ.." ;אָנגערעדט זיך וי די פּויקן און אָנגעגעסן זיך מיט די דעבאַטן, האָט מען אַװעקגעשטעלט אַ טישל, צונויפגערוקט די בענקלעך, אַװעקגעזעצט שלום-עליכמען אױבנאָן, און די ערנסטע פאַר'עסק'טע פּנימער האָבן, שוין באַצײטנס, אויף קרעדיט, געשענקט אַ שמייכל, און ס'איז אַרױס אויף דער סצענע קאַסרילעװוקע, און דער עולם האָט זיך געפילט גאַנץ יום-טובדיק,?

אָבער ;דער אמתער יום-טוב האָט זיך אָנגעהויבן ערשט דעמאָלט, אַז װאַר- שאַװווסקי האָט זיך אַװעקגעזעצט ביים ראָיאַל, באַלד נאָך די ערשטע צויי-דריי לידער האָבן אָנגעהויבן פליען באַשטעלונגען פון אַלע זייטן : ,, טייערע מאַמע !*; ,די מיזינקע! די מיזינקע!*": ,;שמחת-תורה !* און ,דער גוטער װאַרשאַװסקי װאָס האָט ניט געוואוסט װאָס הייסט אָפּזאָגן", האָט אַלעמען געגעבן װאָס מ'האָט פאַרלאַנגט, און ש"ע דערציילט : ,ניט איין מאָל, גייענדיק פון די אסיפות ביינאַכט צודפוס (אויף צו באַשטעלן פאַר די אומזיסטע אַרטיסטן" אַ פאַיעטאָן --- דערויף איז קיינעם ניט איינגעפאַלן), האָט ער מיר מיט זיין הילכיקן גוטמוטיקן געלעכטער איבערגעגעבן און באַװיזן, אַז דאָס העמד איז אויף אים ;פיטש-נאַס" -- ,באָטש אויסצודרייען, אַ רוח אין זייער פאָטער און מוטער אַריין, באַ-כאַ-כאַ !"

מ. ברייטמאַן,. אויפגעוואַקסן אין קיעוו, דערנאָך לערער אין ניו-יאָרקער יידיש-וועלטלעכע שולן, דערציילט (;ניי לעבן", יוני, 1929) וועגן די אַמאָליקע ציוניסטישע פאַרזאַמלונגען,. אויף וועלכע ש"ע פלעגט פאַרנישופן דעם עולם מיט זיינע מעשיות. מ. ברייטמאַן שרייבט :

;שפּעטער ברענגט שלום עליכם מאַרק װאַרשאַוװוסקין זינגען זיינע פאָלקס- טימלעכע לידער. | |

מאַרק װאַרשאַװסקי, --- אַן עלטערער, עטװאָס דיקלעכער מאַן פון נידע- ריקן וואוקס, זעט אויס זייער שטרענג מיט זיין שאַרפן בליק איבער די ברילן. דער עולם האָט גרויס אָפּשײ פאַרן קיעווער אַדװאָקאַט, ;פּריסאַזשני פּאָווערעבי". עס איז שווער צו גלויבן, אַז פון אים זאָל אַרויסקומען אַ יידיש װאָרט,

זעצט זיך אָבער װאַרשאַװוסקי אַװעק ביי דער פּיאַנאָ, און עס גיסן זיך אַרױס געזאַנגען -- ווערט דאָס האַרץ אָנגעפילט מיט פרייד און מען װוערט שטאַרק גערירט. װאַרשאַװסקי זינגט און אַקאָמפּאַנירט זיך אַלין,,. װאַרשאַװסקי, איז

40 נחמן מייזי?

אַ המשך, אַ פאָרזעצונג פון שלום עליכמס פאָרלייענען. ער זינגט פריילעך, ער זינגט טרויעריק -- ער זינגט פון ליידן און פריידן פון פאָלק,

אוי, העלפט מיר, קינדער, אוונטער,

קיין כוחות איז נומאָ.

געקומען איז דער ווינטער,

דער װוינטער אוז שוין דאָ.

אין בעט ליגט קראַנק מוין שיינדל,

מיט אויר דאָס קלוינע קינד.

נוטאָ אוין שמוב קיין שפּענרל,

אן פֿענצטער וויינט הער װוינט.

די באַגײסטערטע סטודענטן אין די מונדירן מיט די גלאַנציקע קנעפּ רייסן זיך צום פאָלקס-זינגער ; מען לאָזט אים ניט אָפּ; מען פאָדערט ער זאָל זינגען די יידישע ;מאַרסעליעזע".

אַז מען צאַפּט פון מיר דאָס בלוט אַרויס און מען מוטשעט מיך פּאַמעלעך,

לאַך איך זיך פון מוינע שונאים אווס און גיו מור גאָר אַ פרוולעסס.

פון די פאַרזאַמלונגען ווערן פאַרשפּרײט װאַרשאַווסקיס לידער אין די היימען פון פאָלקס-מענטשן, צוערשט איבערגעשריבן פון האַנט צו האַנט, ביז עס קומט אַרױיס װאַרשאַװוסקיס אַ בוך לידער מיט שלום-עליכמס פאָררעדע".

מיט דער הילף פון גוטע פריינט האָט מען אַרױסגעלאָזט װאַרשאַווסקיס. ערשטע זאַמלונג יידישע פאָלקס-לידער, און אַזױ װוי די לידער זיינען שוין געווען דעם עולם באַקאַנט האָט מען די ערשטע טויזנט ביכלעך צעכאַפּט". די פריינט האָבן צוריקבאַקומען דאָס געלט און ?אַ בעלן אויף אַרױסצוגעבן אַ צווייטע אויפ" לאַגע האָט זיך עפּעס ניט געפונען" (ש"ע).

י, א. קאצאָוויטש (1924-1859) דערציילט אין זיין בוך ;זעכציק יאָר לעבן" (ניו-יאָרק 1919) וועגן זיינעם אַ באַזוך אין קיעוו. שלום-עליכם איז געקומען צו אים אין האָטעל און מיט אים אָפּגערעדט צו קומען צו אים, ווייל מאָרגן חנוכה, וועט זיין אַ באַנקעט ביי אים אין הויז לכבוד מ. װאַרשאַװסקי, װאָס קזיינע לידער האָבן זיך ערשט אָפּגעדרוקט? (דאָס איז געווען מסתמא אין 1901 -- 1. מ., ;איך בין פאַרבליבן --- שרייבט י.א. קאצאָוויטש -- און בין זייער דאַנקבאַר געווען פאַר דער אײינלאַדונג. זעלטן קאָן מען האָבן אַזאַ גייסטיקן פאַרגעניגן. אויף יעדן קער האָט זיך געפילט די האַרציקע, ניט-געקינצלטע גאַסטפרײנטלעכקײט פון ש"ע און זיין ליבער פרוי. אַרומגערינגלט ביסטו מיט די שיינע בלומען פון אונדזער בליענדיקער יוגנט, סטודענטן און סטודענטקעס, וועלכע זיינען מיטן גאַנצן פייער פון זייערע יונגע הערצער צוגעבונדן צום יידישן פאָלק.* און ?אָט קומט אַריין דער גרויער אַדװאָקאַט מ. װאַרשאַװסקי, דער פאַרפאַסער פון קאויפן

מ. װואַרשאַוסקי 41

פּריפּעטשיק? און אַנדערע פאָלקס-לידער, וועלכע יידן האָבן אױיפגעכאַפּט און זינגען מיט פאַרגעניגן. נאָך אַ װאַרעמער אױפּנאַמע, בעט מען דעם אַלטן אַז ער זאָל עפּעס זינגען. זעצט ער זיך צו דער פּיאַנאָ און הויבט אָן צו זינגען און שפּילן, איר דערקענט דעם טיפן אײיביקן קרעכץ פון דעם אייביק-ליידנדיקן גע- דריקטן יידישן פאָלק, אַז אָט דערהערט איר און דערפילט דעם יידנס גלויבן און האָפן. אין יעדן פערז, אין יעדן טאָן זעט איר, אַז אָט דער אַלטער אַריסטאָ- קראַט-אַדװאָקאַט באַזיצט אַ ברייטע װאַרעמע יידישע נשמה, וועלכע פילט און פאַרשטייט דאָס גאַנצע יידישע לעבן, און אַז זיין נשמה איז מיט ליבע צוגעבונדן צו זיין אָרעם פאָלק?..

נאָך דער רייכער, זאַטער סעודה, נאָך די לאַטקעס מיטן ויין און קאָניאַק פון ארץ-ישראל, האָט מען גערעדט ועגן יידישן פאָלק און זיין צוקונפט, און י. א. קאצאָוויטש דערציילט: ,... די יונגע חברה האָט דעם אַלטן (מ, װאַר" שאַווסקין) אַװעקגעזעצט צו דער פּיאַנאָ, און ער האָט אָנגעהויבן מיט אַ באַ- גייסטערונג פון אַ יונגנמאַן צו זינגען און שפּילן, די פּיאַנאָ, דאַכט זיך, זיפצט און קרעכצט אונטער זיינע פינגער. די איינפאַכע האַרצרײסנדיקע וװוערטער מיט די טרויעריק-זיסע מעלאָדיעס דרינגען אַרײן טיף אין אונדזערע הערצער, און עס באַווייזן זיך טרערן אין פיל אויגן. דער אַלטער באַמערקט עס און הויבט אָן צו שפּילן און זינגען זיינס אַ פריילעכס --- אַן אמת-יידיש אומעטיק פריילעכס, חברה כאַפּט אונטער דעם ניגון. אַלע זינגען, און מען גייט אַװעק אַ ריקודל, מען זינגט און מען טאַנצט מיט התלהבות וי אמתע חסידים (ו"ז 297-296),

4

וועגן יענער צייט, ווען שלום-עליכם איז אױפגעטראָטן אינאיינעם מיט מ. מ. װאַרשאַװוסקי אויף ציוניסטישע פאַרזאַמלונגען און אויך וועגן מ. װאַר- שאַװווסקין דעם מענטש, דערציילט דער באַוואוסטער העברעאישיידישער שריי- בער אשר ביילין (אין זיין העברעאיש ביכל קשלום-עליכם", תל-אביב, 1945),. װאָס איז געווען אַ סעקרעטאַר פון ש"ע און זיינער אַ נאָענטער שטוב-מענטש, אשר ביילין דערציילט : *... ס'איז געווען אַ צייט, ווען ש"ע פלעגט אויפטרעטן אויף אָװונטן, און איין צייט איז מיט אים אויך אויפגעטראָטן דער יידישער פאָלקס- דיכטער מ. מ. װאַרשאַװסקי. ש"ע האָט זיך מיט אים פיל פאַרנומען געהאָלפן זיין פּאָפּולאַריטעט, אַרױסגעגעבן אין 1901 זיינער לידער און אָנגעשריבן אַ הקדמה צום בוך. װאַרשאַװוסקי איז געווען אַן אַדװאָקאַט פון באַרוף, אַ באָהעמע- מענטש, אַ גוטער שמועסער, אַ לוסטיקער און שטענדיק -- דער צענטער פון אַ געזעלשאַפט, אין וועלכער ער האָט זיך געפונען. ער האָט זיך אומעטום באַװויזן אין אָװונט-קלײדער. דער ,פראַק* און די גרויע האָר, װאָס האָבן זיך ביי אים באַװויזן, נאָך איידער ער איז אַלט געװאָרן, האָבן צוגעגעבן אים אַ יום-טובדיקייט, דאָס אַלץ צוזאַמען מיט זיין פריידיק געזיכט, װאָס האָט אויסגעזען יונג צוליב

42 נוונזן מייזיל

דער ווייסקייט פון זיינע האָר, האָבן געמאַכט אַן איינדרוק וי זיין לעבן װאָלט געווען כולו יום-טוב. אין דער אמתן איז אים אין לעבן כלל ניט געגאַנגען. זיין מאַטעריעלע לאַגע איז געווען אַ זייער שווערע, און ער האָט זיך ביטער גע- ראַנגלט פאַר זיין מאַטעריעלן לעבן. אויף די אָװונטן פלעגט ער זינגען און אַלײין זיך באַגלײטן אויף דער פּיאַנאָ: ער האָט געזונגען מיט אַ הייזעריקער, צעריסענעד שטימע, און דאָך איז געווען פיל חן און זיסקייט אין זיין זינגען. אַרומגערינגלט מיט אַ יונגער חברה, און צווישן זיי יונגע-לייט, װאָס האָבן קיין יידיש ניט גע" קענט, האָט ער אָנגעהויבן :

אוופֿן פּריפּעטשיק ברענם א פווערל

אוון אוו ן ישטוב אויז הווס

ואון דער רבי לערנט קלוונע קונדערלעך

דעם אלף-בות.

אָט דאָס ליד, ווי זיינע אַנדערע לידער, זיינען אויפגענומען געװאָרן מיט פרייד, און אין לויף פון אַ קורצער צייט זיינען זיי געװאָרן דאָס פאָלקס-אייגנטום און זיינען געזונגען געװאָרן אין יעדן יידישן הויז. שלום-עליכם האָט זיך זייער געגרייסט װאָס ער האָט אים ;אַנטדעקט". ביידע פלעגן זיי אַרױספאָרן אין פּראָ- ווינץדשטעט און אויפטרעטן אויף אָװונטן. דאָס איז געווען אינגאַנצן אַ נייס ביי די יידן אין רוסלאַנד. עס האָט דערמאָנט די אַמאָליקע יאָרן, ווען דיכטער-װאַנ- דערער פלעגן לייענען זייערע שאַפונגען אויף מערק, אכסניאס און אין וויינשענק, די אָװונטן האָבן געהאַט גרויס דערפאָלג. ש"ע און װאַרשאַוװוסקי האָבן געהאַט גאָר גרויסע פּלענער אויף ווייטער, די פּלענער זיינען אָבער צעשטערט געװאָרן צוליב דער ;שולד" פון װאַרשאַווסקין. נאָך אייניקע רייזעס איז ער קראַנק גע- װואָרן און געשטאָרבן* (ז"ז 367-25),

בעל-מחשבות אין אַ רעצענזיע (;דער יוד", נומ. 16, 18טן אַפּריל, 1901) האָט אָט-װאָס געשריבן : ,ה' װאַרשאַווסקי האָט אַ נאָמען געגעבן זיינע 25 לידער פאָלקס-לידער. ער מיינט, חלילה, ניט צו קאָנקורירן מיט מאַרעק און גינזבורגס אויסגאַבע פון די יידישע פאָלקס-לידער", דען זיינע (לידער) האָט ניט די יידי". שע פאָלקס-פאַנטאַזיע באַשאַפן, װאַרשאַװסקי אַליין האָט זיי געבאָרן און וי אַ טרייער פאָטער האָט ער איטלעכן ליד זיינעם מיטגעגעבן אַן אייגענע מעלאָדיע, אום זיך לייכטער דורכצושלאָגן אין דער יידישער װעלט. װאַרשאַװוסקי האָט גע- כאַפּט דעם טאָן פון דעם יידישן פאָלקס-ליד און ערטערווייז אים קונציק נאָכ- געמאַכט. ערטערווייז אָבער (;שרה און רבקה", ;תנחום דער טרובאַטש? א. אַנד,) הערן זיך גאָר אַנדערע טענער און דווקא ניט די, װאָס קלינגען אין יידישן פאָלקס-ליד",

און ווייטער שרייבט בעל-מחשבות : ;יעדע ליטעראַטור װאָלט אַזאַ װוערק וי װאַרשאַװוסקיס באַגעגנט מיט דעם שענסטן כבוד. אין אונדזער יידישער לי-

מ. מ. װאַרשאַווסקי 4

טעראַטור איז זיין װערק איינס פון די ווייניקע פּערלען, וועלכע מיר האָבן דער- ווייל", | יי

;װאַרשאַװסקי, --- זאָגט בעלימחשבות, --- איז לעבעדיק, לוסטיק, פריילעך, אומעטיק, ווייכהאַרציק און פאַרטראַכט. בשעת ער נעמט זינגען הייבן זיך שוין אונטער אים די פיס, און בשעת ער טאַנצט לויפט שוין איבער זיינע ליפּן אַ פּאַרטיקע מעלאָדיע. נאָך איידער ער האָט אַ גראַם, האָט ער שוין די מוזיקע דערצו, און מוזיקע, גראַם און אַ טענצל איז ביי אים איינס" (ז' 16).

5

אויב דער יונגער דאַן ליטעראַטור-קריטיקער בעל-מחשבות האָט אַזױ פיין אויפגענומען מ. װאַרשאַווסקיס לידער, האָט אָבער אַ גאָר אַנדער מיינונג וועגן די לידער דעמאָלט געהאַט דער באַװאוסטער מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר יואֹל ענגעל. אין ;װאָסכאָד* (ני 18, 1901) האָט ער פאַרעפנטלעכט אַ לענגערע אָפּהאַנד- לונג מיטן נאָמען ;וועגן די יידישע פאָלקס-לידער פון מ. מ. װאַרשאַװסקי? וואו ער שרייבט צווישן אַנדערן : ,פריער פון אַלץ, װאָס רופן מיר אָן פאָלקס- לידער. זיכער די-אָ לידער, װאָס דאָס פאָלק זינגט, אָט-די לידער אָדער זיי גייען איבער צו אים פון אומבאַקאַנטע מחברים פון אַלטע, אַמאָליקע צייטן, אָדער אַזעלכע, װאָס ווערן פאַרפאַסט כמעט פאַר אונדזערע אויגן, נאָר האָבן באַקומען גלייך אַ ברייטע פאַרשפּרייטונג, אַ דאַנק זייער פאָלקס-כאַראַקטער סיי לויט זייער אינהאַלט און סיי לויטן טעקסט... -- -- -- פרעגט זיך, װאָס פאַר אַ רעכט האָט ער געהאַט אָנצורופן זיינע לידער ,פאָלקס-לידער", ווען זיי גייען ניט אונטער צו איינער פון די צוויי קאַטעגאָריעס... זיי קומען ניט פונעם יידישן פאָלק און זיינען נאָך ניט אַריין אין פאָלק (כאָטשבי צוליב דער פּשוטער סיבה, װאָס זיי זיינען ערשט ניט לאַנג אָנגעשריבן און אָפּגעדרוקט), זיי זיינען דעריבער ניט קיין, , פאָלקס-לידער", נאָר פּשוט לידער פון מ. מ. װאַרשאַװסקי... ?

און ווייטער זאָגט יואל ענגל: ;װאָס עס זאָל ניט זיין די אַבסאָלוטע ווערט פון אָט-די לידער, איז אָנרופן זיי /פאָלקס-לידער? איז אין מינדסטן פאַל מאָדנע און אין אַ גרויסער מאָס ניט צום מוחל זיין... -- -- -- ס'וועלן אַװעק יאָרן, און דאָס פאָלק װעט באַשטימען, װאָס איז פאָלקיש און װאָס ס'איז ניט פאָלקיש. אָנרופן אָבער אייגענע לידער ,פאָלקס-לידער" אינעם זעלבן יאָר פון זייער דערשיינען --- איז עס ניט אַנדערש וי זיך זעלבסט קרוינען און פאַרפירן מענטשן, װאָס זיינען װייניק באַקאַנט מיט דעם גאַנצן ענין,"

איבערגייענדיק צו דער מוזיק, זאָגט יואל ענגעל, אַז זי פאַרמאָגט כלערליי מעלאָדיעס, װאָס שטאַמען פון פֿאַרשײדענע קוועלן : פון אוקראַיניש, פון אייגענע שאַפונגען, פון חתונה-מעלאָדיעס, װאָס זיינען אָבער זייער שלעכט באַאַרבעט, י. ענגעל שרייבט ווייטער : ,דער פאַרפאַסער, ווייזט אויס, פאַרמאָגט די סאַמע-

44 נחמן מייזיל

עלעמענטאַרע מוזיקאַלישע קענטענישן; זיין פאַנטאַזיע קאָן זיך ניט אויפהויבן ווייטער פון צוויי-דריי אַקאָרדן, פון די צוויי-:דריי ריטמישע פיגורן, װאָס עס פאַרמאָגט יעדער מיטלמעסיקער מיליטער-קאַפּעלמײיסטער". י. ענגעל פאַר- ענדיקט אַזױ זיין שאַרפע קריטיק: אקעגן אַזעלכע מיני שאַפונגען וויל איך װאָרענען דעם יידישן לייענער און דערביי אים װידעראַמאָל דערמאָנען ועגן דער נויטיקייט צו זאַמלען און צו באַאַרבעטן די מוסטערן פונעם אמתן ווירקלעכן יידישן פאָלקס-שאַפן,

אויף דעם אַרטיקל פון י. ענגעל איז געקומען אַן ענטפער פון מ. מ. װאַר" שאַװוסקי (;װאָסכאָד", נ' 25, 12טן אַפּריל, 1901) מיטן נאָמען ;עטלעכע וער- טער מיין רעצענזענט" (אַ בריוו אין רעדאַקציע). וי אַן אַדװאָקאַט האָט מ, װאַרשאַװוסקי זייער זאַכלעך אַנאַליזירט ענגעלס טענות און צעטיילט זיין ענטפער אויף פינף פּונקטן,

פּונקט 1: דער רעצענזענט האָט זיך גענומען צו רעדן װעגן דער מויק צו די לידער, ווייל ער איז ניט קאָמפּעטענט צו ריידן וועגן דעם טעקסט, האָט ער באַדאַרפט אַזױ אָנרופן זיין רעצענזיע, אַז ער פאַרנעמט זיך צו שרייבן וועגן דער מחזיק ... פּונקט 2 : י. ענגעל קומט צום אויספיר, אַז די מוזיק צו די לידער איז ניט פאָלקיש און אַז לויטן ריטם איז עס אַ מוזיק פון װאַלסן אָדער מאַזורקעס. און װאַרשאַװוסקי פאַררופט זיך אויף די פאָלקס-לידער פון גינזבורג-מאַרעק- זאַמלונג, װאָס ווערן געזונגען אויפן מאָטיוו פון אַ פּאָלקע. ער דערמאָנט גאָלד- פאַדענען, רופט אָן זיין ליד ,לאָמיר זינגען און לויבן", װאָס די מעלאָדיע איז לויטן ריטם אַן עכטע פּאָלקע-מאַזורקע . . . פּונקט 3 : װאָס שייך דעם פאָרוואורף, אַז עס פעלט אַ מוזיקאַלישע באַאַרבעטונג, האַלט װאַרשאַווסקי, אַז װאָס די מע- לאָדיע און אַקאָמפּאַנימענט צו איר אויף דער פּיאַנאָ איז פּשוטער, אַלץ מער איז עס צוגענגלעך פאַרן פאָלק. מ. װאַרשאַװוסקי גיט צו, אַז פון שלום-עליכמס פאָר- װאָרט איז קלאָר, אַז ער האָט קיינמאָל ניט פּרעטענדירט אויף אַן ערנסט-מוזי" קאַלישער באַאַרבעטונג פונעם יידישן פאָלקס-שאַפן, ער האָט געזוכט לײיכטע מאָטיוון און מעלאָדיעס, װאָס זאָלן האַרמאָניזירן מיטן אינהאַלט פונעם ליד און פאַרהיטן דעם יידישן קאָלאָריט. פּונקט 4: מ. װאַרשאַװסקי באַטאָנט, אַז זיינע לידער זיינען געזונגען געװאָרן, װי ס'איז צו זען פון ש"עס פאָררעדע, פיל צייט פריער איידער זיי זיינען דערשינען אין דרוק. און לסוף, פּונקט 5: ער פאַרשטײיט ניט װאָס אַזױנס שעדלעכס עס פאַרמאָגן זיינע לידער, װאָס י. ענגעל האַלט פאַר זיין חוב צו װאָרענען די לייענער...

אין דעם זעלבן נומער ;װאָסכאָד* קומט אַ תשובה פון יואל ענגעל, אין וועלכער ער ברענגט נייע באַװוייזן, אַז װאַרשאַװוסקיס לידער זיינען ניט קיין פאָלקס-לידער. װאָס שייך. װאַרשאַווסקיס פאַררופן זיך אויף א. גאָלדפאַדען, איז עס, לויט י, ענגעל, פּשוט לעכערלעך. גגאָלדפאַדען איז אין תוך אַזאַ מין דילעטאַנט

מ. מ. וואַרשאַווסקי. 49

וי װאַרשאַװוסקי, ער איז דערפאַרענער אין מוזיקאַלישע אָנגעלעגנהייטן, ער / איז טאַלאַנטפולער, נאָר מוזיקאַליש איז ער אַן אַנאַלפאַבעט און ער קאָן כמעט זיך ניט אַרױסבאַפרײען פונעם פאַרכישופטן קרייז פון די באַל-טענץ, און אין זיינע מוזיקאַלישע באַאַרבעטונגען מאַכט ער אָפט קאַליע די פּרעכטיקע יידישע מעלאָדיעס װאָס פאַלן אים אַריין,"

און יואל ענגעל ענדיקט זיין ענטפער מיט אַ ווענדונג צו מ. מ, װאַרשאַװסקי : ;איר, וי עס זאָגן ;ספּעציאַליסטן", זייט דאָך גוט באַקאַנט מיטן יידישן לעבן און מיט דער יידישער שפּראַך. איר פאַרמאָגט, ווייזט אויס, מוזיקאַלישע פיי- איקייטן,. מעגלעך, אַז איר זייט בכוח צו שאַפן פאָלקס-לידער, װאָס װעלן ווערט זיין אָנגערופן צו װערן ;פאָלקס-לידער". אָבער קודם פאַרשאַפט זיך כאָטש די יסודות פונעם מוזיקאַלישן וויסן, אַנטװיקלט אייערע מוזיקאַלישע פייאיקייטן, באַציט זיך ניט אַזױ לייכטזיניק צו דער יידישער פאָלקס-מוזיק, װאָס איז אונדז אַלעמען אַזױי טייער",

אויף דעם שאַרף-שניידיקן אַרטיקל פון יואל ענגעל האָט שלום:-עליכם פאַרעפנטלעכט אין ,דעם יוד" נומ' 24 (13טן יוני, 1901) אַ לענגערן ענטפער אין פאָרם פון אַן אָפענעם בריוו צו יואל ענגעל (דער ;בריוו" איז איבערגע- דרוקט אין איידישע קולטור", 1951, נ' 5).

דער דאָזיקער ענטפער איז אינטערעסאַנט סיי פאַר דער כאַראַקטעריסטיק פון מ. װאַרשאַװוסקי און סיי פאַר דער כאַראַקטעריסטיק פון שלום-עליכם,

6

מ. װאַרשאַװסקי און זיינע לידער זיינען געװאָרן שטאַרק באַקאַנט איבערן גאַנצן לאַנד,. ש"ע דערציילט, אַז ,מיר האָבן אָנגעהױיבן באַקומען זייער פריינטלעכע איינלאַדונגען פון אַ סך גרויסע און קליינע שטעט, מיר זאָלן קומען לוסטיק מאַכן דעם עולם -- איך מיט מיינע ;מעשיות", װאַרשאַווסקי מיט זיינע ,לידעלעך.. דאָס איז געווען די גליקלעכע צייט, קאָן מען זאָגן, דער סאַמע פרילינג פון װאַר- שאַווסקיס לעבן.* די צוויי פריינט, שלום-עליכם און װאַרשאַוװוסקי, האָבן שוין גענומען מאַכן גרויסע פּלענער ועגן אַ טור איבערן לאַנד. -- ,;צו למ"ד אלפים -- האָט ער מיר געזאָגט מיט זיין הילכיקן געלעכטער -- צו למ"ד אלפים דאַרף אונדז איבערבלייבן ריינע, אַ רוח אין זיין פאָטער און מוטער אַרײין!" ,.. און דערנאָך װועלן מיר אַריבערשװימען דעם ים -- האָט ער גענומען פאַנטאַזירן ווייטער --- און מאַכן אַ רייזע איבער אַמעריקע, און דאָרטן וועלן מיר איבערקערן די װעלט!.,,*

שלום-עליכם גיט צו אויף זיין ערנסטן און איראָנישן שטייגער: ינאָר דער וועלט איז, אַפּנים, באַשערט געווען, זי זאָל ניט איבערגעקערט ווערן.* ווייל פון די אַלע איינלאַדונגען זיינען זיי געווען דערוייל בלויז אין צוויי נאָענטע שטעט : בעלאָצערקאָװו און בערדיטשעון. און עוויי-וויי, װאָס ס'האָט זיך געטאָן!

46 | נחמן מייזיל

עס האָבן געשוויצט די װענט! עס האָט געקאַפּעט פון דער סטעליע! די דער" שטיקעניש:* זיי האָבן באַדאַרפט פאָרן קיין יעקאַטערינאָסלאַו, שפּעטער קיין אָדעס און אַזױ וייטער, אָבער װאַרשאַװסקי איז געפערלעך קראַנק געװאָרן און ווען ? ווען נאָך לאַנגע יאָרן לעבן אין דחקות, האָט ער צו עטלעכע און פופציק יאָר געקראָגן אַ גוטע שטעלע ,פון שיינע עטלעכע טויזנט רובל אַ יאָר געהאַלט, מיט אַ דירה, מיט אַלעם גרייטן אַלס פּראָקוריסט אין אַ בעלגישער אייזן-קאָמ- פאַניע אין דאָנער באַסײן...* ווען עס איז געקומען צום לעבן, האָבן אים קיין יאָרן ניט געסטאַיעט,

מ. מ, װאַרשאַווסקי האָט נאָך ניט באַװויזן אין די נייע גוטע באַדינגונגען ויך איינצולעבן, איז ער פעברואַר 1905 ערנסט קראַנק געװאָרן, געמוזט איבער- לאָזן זיין נייע באַקװעמע היים און צוריקקומען אין זיין שטאָט קיעוו, וואו אַ פּאַראַליזירטער האָט ער זיך אָפּגעמאַטערט אין נויט און דחקות און אין 1907 געשטאָרבן, איבערגעלאָזט נאָך זיך, אויסער זיינע פאָלקס-לידער, אַ פרוי און איינציקע טאָכטער, אָן קיין שום לעבנס-מיטלען. די פרוי און טאָכטער האָבן לענגערע יאָרן אויפגעהיט אין זייער באַשײידן הויז דעם אָנדענק פון זייער גע- ליבטן מאַן און פאָטער. אויף די ווענט זיינען געהאַנגען די בילדער פון מ. מ, װאַרשאַווסקי און זיין ;אַנטדעקער" שלום-עליכם. ס'איז אויך געשטאַנען די פּיאַנאָ, אויף וועלכער די פרוי, די אלמנה, פלעגט אין שווערע מינוטן שפּילן און װידערשפּילן װאַרשאַווסקיס פאָלקס-מעלאָדיעס, וועלכע זיינען שוין געווען ווייט און ברייט באַוואוסט אין גאָר דער יידישער װעלט. מיר איז אין קיעוו באַ- שערט געווען צו באַזוכן דאָס הויז,

מ. מ. װאַרשאַװוסקי איז געשטאָרבן. זיין נאָענטער פריינט און פאַרערער שלום עליכם איז דאַן געווען אין אַמעריקע, שפּעטער אין דער שווייץ. דער טויט פונעם מערקווירדיקן פאָלקס-זינגער איז אַדורך כמעט ניט באַמערקט אין דער יידישער וועלט., אין אַן אַרטיקל (אָנהױיב 1908, ,ראָמאַנצײטונג? נ' 3) קלאָגט זיך יוסף באַביטש: ?,.. און אַ יידישן דיכטער האָבן מיר געהאַט, און מ. מ. װאַרשאַװוסקי האָט ער געהייסן... װער האָט עס ניט געלייענט זיינע פאָלקס- לידער ? וועמען איז ניט באַקאַנט זיין אמת פאָלקס-ליד ;אויפן פּריפּעטשיק ברענט אַ פייערל" ? און אין וועלכן הויז איז דאָס לידל ניט געזונגען געװאָרן? און דאָך האָט דער פאָלקס-דיכטער קיין כבוד פון זיין פאָלק ניט געהאַט, יידן האָבן זיין יוביליי ניט געפייערט, קיין מתנות אים ניט געשענקט און בכלל פון אים קיין וועזן ניט געמאַכט... און יידישע צייטונגען האָבן קיינמאָל וועגן אים ניט געשריבן, זיין נאָמען ניט דערמאָנט, און זיינע לידער ניט אָפּ)געשאַצט. און אַזױ האָט זיך דער דיכטער געלעבט, געלעבט און געשריבן פאָלקס-לידער פאַר זיין פאָלק, ביז... ביז ער איז געשטאָרבן. און דריי חדשים זיינען שוין אַריבער זינט דער דיכטער איז געשטאָרבן -- און שאַישטיל..."

נח פּרילוצקי, דער באַוואוסטער פילאָלאָג און ליטעראַטור-פאָרשער (אומ-

מ. מ. ואַרשאָווסקי 4

געקומען אין ווילנע דורך די דייטשישע פּייניקער) האָט אין זיין נאָטיץ אין דער רוסיש-יידישער ענציקלאָפּעדיע צווישן אַנדערן אָט-װאָס געשריבן ועגן מ. מ, װאַרשאַװוסקי : ;װאַרשאַווסקיס לידער זיינען געווען אַ ניט:קינסטלעכע, אַדורכ- געפילטע פאַרקערפּערונג פון די מאָטיוון פון דער יידישער פאָלקס-ליריק, אים האָט זיך איינגעגעבן ריכטיק אויפצופאַסן איר גייסט. די אַלגעמײײנע מאָטיון פון װאַרשאַווסקיס שאַפן זיינען ענג פאַרבונדן מיטן פאָלקס-לעבן, מיט זיינע ליידן און פריידן... די ליידן פונעם פאָלק זיינען ניט אומשטאַנד צו דערשטיקן אין אים דעם טיפן גלויבן אין אַ בעסערער צוקונפט און דעם פריידיקן געפיל פון אַ שענער לעבן... די שפּראַך פון די לידער איז אויך אַזױ פּשוט און פּראָסט, ניט געקינצלט,, , * 7

מ. מ, װאַרשאַװוסקי איז געבוירן געװאָרן --- לויט ז. רייזענס אלעקסיקאָן" -- אין אָדעס דעם 26טן נאָוועמבער, 1848 (לויט אַנדערע ידיעות -- אין 1845), אין אַן אָנגעזעענער אינטעליגענטער יידישער פאַמיליע. ווען ער איז געװען אַ קינד, זיינען זיינע עלטערן אַריבערגעפאָרן קיין זשיטאָמיר, װאָס איז אין יענע יאָרן געווען אַן אמתער קולטור-צענטער צוליב דער ראַבינער-שול. מ. מ. ואַר- שאַווסקי האָט אויך געלערנט אין דער ראַבינער-שול, און פונעם פערטן קלאַס אַריבער אין אַ גימנאַזיע. --- אין דער זשיטאָמירער גימנאַזיע האָט ער געלערנט צוזאַמען מיט דעם דערנאָך באַוואוסטן רוסישן שרייבער װלאַדימיר קאָראָלענקאָ, (1921-1853) וועלכער גיט איבער איניקע פּרטים וועגן דעם יונגן װאַרשאַװוסקי, דעם פּאָעט (אין זיין אױטאָביאָגראַפישן װערק ,איסטאָריאַ מאָיעװאָ סאָוורעמע- ניקאַ?), װאָס איז געווען אַ שילער אין דער גימנאַזיע און האָט זיך באַזונדערס אויסגעטיילט דאָרט, פאַרענדיקט די גימנאַזיע איז מ. וו. אַרײינגעטראָטן אויפן יורידישן פאַקולטעט פונעם אָדעסער אוניווערסיטעט. אין זשיטאָמיר איז דאָס הויז פון מ. מ. װאַר- שאַווסקיס עלטערן געווען אַ צענטער וואו ס'פלעגן זיך טרעפן משכילים, וואויל- קענעוודיקע. אין דעם הויז האָט מען אָפט געהערט זינגען. דער יונגער אברהם גאָלדפאַדען (1908-1840) איז געווען איינער פון די אַרײנגײער אין הויז, וואו ער האָט זיך אָנגעהערט יידישע ניגונים און געזאַנגען. צווישן א. גאָלדפאַדען און מ, מ. װאַרשאַװסקי האָט געהערשט אַ גוטפריינטשאַפּט לאַנגע יאָרן. ביי מ. מ. װאַרשאַװוסקיס עלטערן אין הויז האָט א. גאָלדפאַדען זיך געטראָפן מיט א. ב. גאָטלאָבער (1899-1811), י, י. לינעצקי (1915-1829) און אפשר אויך מיט מענדעלע מוכר ספרים, וועלכער איז אין 1869 אַריבערגעפאָרן קיין זשיטאָמיר און געשטאַנען נאָענט צו דער ראַבינער-שול, וועגן װאַרשאַװוסקיס נאָענטקייט צו א. גאָלדפאַדען באַמערקט ש"ע אין זיין פאָררעדע צו װאַרשאַווסקיס לידער : ;ער (װאַרשאַװסקי) בויט זיינע לידער אויף

48 נחמן מייזי?

דעם אַרט, װי עס האָט געשריבן גאָלדפאַדען, וועלכן ער שעצט גאַנץ הויך אַלס פאָלקס-דיכטער און האַלט זיין שרייבן פאַר אַ מוסטער ביים צונויפלייגן פאָלקס- לידער אין זשאַרגאָן... " | | זיינע לידער האָט מ, מ. װאַרשאַװוסקי אױיסגעטראָגן און אױיסגעכאָװעט פיל

יאָרן, ביז ער האָט זיי אַרױסגעבראַכט. זיי שטאַמען זיכער פון זיין קינדער- סביבה, פון זיין עלטערן-היים. אין די ווייטערדיקע יאָרן האָט עֶר זיך װייניק אָנגעקערט מיטן יידישן פאָלקס-לעבן, ס'איז אינטערעסאַנט זיין צושריפט צום ליד ,תנחום דער טרובאַטש?", װאָס איז אַרײן אין דער לידער-זאַמלונג: ,לאָז דאָס ליד זיין אַ זכר צו אונדזער ;תנחום באַראַבאַנשטשיק?, עליו השלום, פון זשיטאָמיר. ער איז געוען אַ ייד אַ גבר, אַן אויסגעדינטער סאָלדאַט מיט באַקנ- באַרדן און מיט עטלעכע מעדאַלן, מיט וועלכע ער פלעגט זיך שטענדיק באַ- רימען. מיר, יידישע קינדער, האָבן אים שטאַרק ליב געהאַט דערפאַר, װאָס ער פלעגט אונדז אַלע פרייטיק לערנען ;מאַרשירן", לויפן, שיסן --- האַלטן מלחמה,.," (ניו-יאָרק, 1918, זי 29),

דער שטייגער-עלעמענט איז אַן עיקר אין דעם ליד, --- וי ער איז אַן עיקר אין פיל אַנדערע לידער פון װאַרשאַװסקין. ער לאָזט אין די לידער לעבן און ריידן זיינע פּאַרשױנען, לעבן מיט זייערע השגות און ריידן אין זייער שפּראַך און אױיסשפּראַך. ס'איז אין ערגעץ ניט קאָנטיק, אַז די לידער זיינען געשאַפן דורך אַ רוסיש-יידישן אינטעליגענט, װאָס האָט כל ימיו געלעבט אין אַן אַסי מילאַטאָרישער סביבה און זיך אויסגעלעבט אין דער רוסישער שפּראַך. אין 4 האָט שלום-עליכם געשריבן (אין אַ בריוו צו דוד פּינסקי), אַז ;אין די צװאַנציק יאָר, װאָס ער האָט טביהס מעשיות איבערגעגעבן, האָט ער געפילט, אַז אַלע זיינע סימפּאַטיעס זיינען אויף דער זייט פון דעם דאָזיקן פּראָסטן, נאָר גאַנצן, ניט-באַרירטן יידן". אויך מ. מ. װאַרשאַװוסקי האָט אין די פאָלקס-לידער אויסגעדריקט זיינע סימפּאַטיעס ;צום פּראָסטן, נאָר גאַנצן, ניט-באַרירטן יידן". ער האָט געבראַכט צום אויסדרוק זייערע ליידן און פריידן, אַרױסגעפירט זי נופא מיט גאָר זייער פּראָסטקײט און אוממיטלבאַרקײט, דערויף מאַכט נאָך ש"ע אויפמערקזאַם : ;װאָס נאָך פאַר אַ סוד ליגט אין װאַרשאַװסקיס לידער ?" -- ;װאָס זיי זיינען פּראָסט און עכט-יידיש, ניטיגעמלאכהט -- און דאָס איז אמתע פּאָעזיע,? געבראַכט אַ פּאָר מוסטערן פון װאַרשאַווסקיס לידער, שרייבט ש"ע: ;אָט אַזױ זינגען זיך יידישע, באמת יידישע פאָלקס-לידער ! אויך די שפּראַך פון װאַרשאַװוסקיס לידער איז די אמתע פאָלקס-שפּראַך, אַ פּראָסטע יידישע . קאַפּאָטע, ניט געקינצלט, ניט פאַרדייטשערט, פּונקט אַזױ וי מען רעדט ביי אונדז אין אונדזער געגנט," |

ש"ע גיט צו (אין 1900) : ;איך בין רעכט איבערצייגט, אַז עס װועט גאָרניט לאַנג דויערן, און װאַרשאַווסקיס קיידישע פאָלקס-לידער* װועלן ווערן ביי אונדז באמת פאָלקס-לידער, װאָס מען ועט זיי קאָנען הערן זינגען אומעטום, אין

מ. מ. װאַרשאַווסקי 49

יעדער יידישער שטוב, דאָרט וואו מען שעמט זיך ניט מיט אונדזער אָרעמער, יידישער פאָלקס-שפּראַך, װאָס מען רופט זי ,זשאַרגאָן..*

8

אַזױי האָט ש"ע געשריבן אין 1900, און מיט אַ 15-14 יאָר שפּעטער אין זיין פאָררעדע צו דער צווייטער אױפלאַגע האָט ש"ע צוגעגעבן: ;בעת איך האָב געשריבן מיין הקדמה צו דער ערשטער אױפלאַגע פון װאַרשאַװסקיס לידער, האָט זיך מיר פאַרװאָלט זאָגן נביאות, אַז עס װעט ניט נעמען קיין סך צייט און װואַרשאַווסקיס לידער ועלן ווערן עכטע פאָלקס-מאָטיוון, געזונגען פון פאָלק בכל תפוצות ישראל." און ווייטער : ;איך האָב ניט געוואוסט, אַז מיין נביאות וװועט גרייכן אַזױ וייט, אַז די דאָזיקע לידער װעלן ווערן אַזױ פאָלקסטימלעך, אַז זיי װעלן טאַקע קענען אַלע, לאַנג-לאַנג, כל זמן עס װעט געזונגען װערן אַ יידיש ליד, נאָר דעם פאַרפאַסער װעלן ניט אַלע קענען, און דער נאָמען פון װאַרשאַװוסקי וועט פאַרגעסן ווערן, גלייך װוי ס'איז גאָר קיינמאָל אויף דער וועלט קיין װאַרשאַווסקי ניט געווען..."

ש"ע באַװייזט, אַז זייער אָפט ווערן װאַרשאַוװוססקיס לידער געבראַכט צום עולם און ס'ווערט ניט אָנגעװיזן, אַז עס זיינען לידער, װאָס האָבן אַ טאַטן. ,אויף אַלע יידישע קאָנצערטן -- שרייבט ש"ע אין 1914 -- טרעטן אַרױיס קינסטלער, װאָס זינגען אויסגעצייכנט װאַרשאַװוסקיס לידער, נאָר דער אַנטיק דערביי איז, װאָס ביי די לידער און אויף די אַפישן ווערט זייער זעלטן (כמעט קיינמאָל ניט) דערמאָנט דער נאָמען װאַרשאַווסקי.? ש"ע דערציילט: ;נאָך מער: ניט לאַנג איז מיינער אַ חבר, אַ יידישער שרייבער פון װאַרשע, געווען אין אָדעס אויף אַ יידישן קאָנצערט און איז נתפּעל געװאָרן, וי אַזױ אַן אַרטיסטין האָט געזונגען אַ יידיש ;פאָלקס-ליד? ;

, שטאַרקער { שטאַרקער } רויסט דו סטרונעס, רווסט אויף צוווו --- די מוזינקע אווסגעגעבן | "

און ש"ע באַמערקט : ;ווער ווייסט ? אפשר אין דאָס אַ מעלה? אפשר איז דאָס אַן אידעאַל, װאָס יעדער פאַרפאַסער מעג זיך ווינטשן אַזאַ פּאָפּולאַריטעט צו דערגרייכן ? * |

דער שרייבער איז געווען ניט קיין אַנדערער וי דער זייער פּאָפּולערער -- מרדכי ספּעקטאַר, וועלכער האָט מיט גרויס התפּעלות אָפּגעדרוקט אין װאַרשעװער ;מאָמענט? זיינע איינדרוקן וועגן אַ פאָלקס-ליד, װאָס ער האָט געהערט אין אָדעס אויף אַ קאָנצערט. ש"ע האָט אין אַ בריוו צו מ, ספּעקטאָר (פון 17טן פעברואַר, 4, פון נערווי) געשריבן : ,דו מיינסט, אַז איך לייען ניט דעם ,מאָמענט? און אַלץ װאָס דו שרייבסט דאָרטן ? אַי, שוטה, שוטה ! איך האָב דיך אַפילו גוט אויס- געשאָלטן פאַר דיין התפּעלות אין אָדעס מיטן ,פאָלקס-ליד", װאָס דו ווייסט ניט,

50 נחמן מייזיל

אַז דאָס ?פאָלקס-ליד" איז, נעבעך, װאַרשאַװוסקיס, אַ קלאָג צו דיר !* (ש"ע-בוך, זי 252.) וי מיר זעען, האָט שלום-עליכמען געאַרט, װאָס מ. מ. װאַרשאַװוסקיס נאָמען ווערט פאַרגעסן. אין יענער צייט האָט ש"ע, זייענדיק קראַנק און ווייט פון אַ יידישן פאַרלאַגס-צענטער, זיך פאַרנומען מיט אַרױסגעבן אַ צווייטע פאַרגאַנצטע אויס- גאַבע פון מ. מ. װאַרשאַווסקיס לידער. צו דער פריערדיקער זאַמלונג פון 25 לידער, האָט ער געקראָגן נאָך 21 ניט-געדרוקטע לידער און אױיסגעפּועלט ביים העב- רעאישן ,מוריה"-פאַרלאַג אין אָדעס אַרױסצוגעבן אַ נייע פולע אויפלאַגע פון װאַרשאַווסקיס לידער, װאָס זיינען שוין לאַנג ניט געווען צום קריגן. מיר האָבן אַ בריוו, געשריבן אין אַ שפּילעװודיקן, שטיפערישן טאָן צו י. ח. ראַווניצקי (מיט- רעדאַקטאָר פון /מוריה", פון 18טן יולי, 1912), ש"ע שרייבט : ,אומר ואוכל (גערעדט און געגעסן --- אָנשטאָט: ,גערעדט און געטאָן"). איך האָב נאָר װאָס אַװועקגעשריבן צו דער אלמנה (פון מ. מ. װאַר- שאַווסקי) אַ מכתבל, אַז אויב זי וויל א, אַז. וו,, זאָל זי נעמען און טאַקע באַלד איבערגעבן דעם בעל-הנאָטן (ס'איז טאַקע װאַרשאַווסקיס ברודער) א. אַז. װו. רק נייערט איך וויל איר ניט געטרויען דעם איינציקן אָריגינאַל פון די לידער, טאָמער אַ קשיא, װאָס אַ מאַך זאַכט זיך, שרייב איך איר, אַז בקרוב באַקומט זי די קאָפּיע פון די לידער, וועלכע איר װעט מוחל זיין הייסן אַראָפּנעמען (די לידער גופא שיק איך אייך) און צושיקן איר, אָבער באַלד... און אָט אַזױ אַרום װעט איר פוצה מן המוח אל הכולל זיין (אַ שפּיל, אַ קאלאמבור פון ווערטער, געמיינט ,/מוציא מן הכוח אל הפּועל? --- רעאַליזירן, פאַרװוירקלעכן -- נ. מ.),, , * שלום-עליכם איז אַלעמאָל געווען שטאַרק צופרידן, װאָס ער האָט מיטגע- האָלפן אַז מ. מ. װאַרשאַווסקיס לידער זאָלן פאַרשפּרײט װערן. און באמת, ואַר- שאַווסקיס לידער זיינען געװאָרן פון באַליבטסטע און פּאָפּולערסטע נומערן סיי אויף גרויסע עפנטלעכע קאָנצערטן, סיי אין יידישע הייזער און אַזױ אויך אין די שולן פאַר קינדער. די פאָלקס-לידער זיינען אינסצעניזירט געװאָרן, זיי זיינען געבראַכט געװאָרן דורך סצענישע אוױיסשטאַטונגען און אין גרים, ביי אונדז אין קיעוו פלעגט דער באַואוסטער אָפּערן-זינגער בריינין, מיט אַ פּרעכטיקער טענאָר-שטימע, זינגען מ. װאַרשאַװוסקיס ;דער אלף-בית" מיט דער באַגלײיטונג פון אַ גרופּע זינגערלעך פון בראָדסקיס כאָר-שול, אָנגעטאָן אין לאַנגע קאַפּאָטקעלעך און מיט פּאהלעך, און ער, בריינין, איז געווען דער רבי. ער פלעגט אויך אין גרים פון אַן אַלטן יידיש-פאַרשטױבטן מילנער זינגען ;דעם מילנערס טרערן". עס איז געווען דערביי אַ גרויסע מיל-ראָד, און ער, אַ ווייסער, פאַרשטויבט פון מעל, האָט געזונגען : ,אוו ווייפל יאָרן זיינען פאַרפאָרן, זיטט כ'בון אַי מילנער אָט-אָ-דאָ +..

מ. מ. װאַרעשאַווסקי | 81

די רעדער דרווען זיך, דו יאָרן גייען ויך, אויך בין שויין אַלט און גרווז גראָ... ? און דערביי האָט זיך די גרויסע ראָד געדרייט... אויף די גרויסן מאַסן-פאַרזאַמלונגען, וואו מ'האָט געװאָלט ברענגען צום אויס- דרוק דעם צער און צאָרן, דעם האָס און דעם בטחון, אויף צעפּוקעניש די שונאים, האָט מען אויסגעזונגען שטאָלץ און װירדיק מ. מ, װאַרשאַווסקיס ; ,אַו מען צאַפּט פון מיר דאָס בלוט אַרויס אוון מען מוטשעט מייך פּאַמעלעך, לאַך איך מויך גוט פון מוינע שונאום אווס און גוו מיר גאָר אַ פריילעך {... אויך טאַנץ ווי דער חתן מיט דער כלה --- פֹּל יעסקעט, פּליעסקעט אַלע} " מיט אָט דעם ליד, װאָס צוליב צענזור-טעמים טראָגט עס דעם נאָמען /אַ דיש ליד פון רומעניע", רופט זיך איבער נאָך אַ ליד, װאָס האָט געשריבן מיט יאָרן שפּעטער אַ צווייטער יידישער דיכטער פון װאָלין ח. נ. ביאַליק, --- מיר מיינען זיין ליד ;אַ פריילעכס", -- דאָס זעלבע צו-להכעיס געפיל, דער זעלבער סאַנץ פון דעם יידישן מענטש, װאָס איז זיכער, אַז עֶר װועט איבערלעבן די שונאיםי. די טרויעריקע נאָטעס אינעם ליד פלעכטן זיך שטענדיק איבער מיט די מונטערע, בטחונדיקע טענער. 9

און װי דער טעקסט פון די װאַרשאַווסקי-לידער, װאָס איז געווען אַזױ פּשוט און פּראָסט, אפשר ניט אַרומגעהובליעװעט, ניט אַרומגעטעסעט, אַז מ'האָט גע- קאָנט מיינען, אַז זיי קומען פון פאָלקס-מויל, אַזױי אויך זיינען די מעלאָדיעס. אָפּטמאָל איז אויסגעקומען צו הערן די מעלאָדיעס גופא אָן ווערטער, אָדער מיט אַנדערע ווערטער, צוגעפּאַסט צו די װאַרשאַװוסקי-מעלאָדיעס, װאָס זיינען געװאָרן אייגן און טייער דעם מאַסן-עולם,

עס איז מיר געווען אינטערעסאַנט צו הערן די מיינונג פון גוטע מווזיקער, פאַכלײיט וועגן מ. מ. װואַרשאַװוסקי דעם קאָמפּאָזיטאָר, האָב איך געבעטן ביי אייניקע היגע מוזיקער-קאָמפּאָזיטאָרן אַרױסצוזאָגן זייער מיינונג וועגן מ. מ. װאַרשאַװוסקיס מעלאָדיעס.

לאַזאַר וויינער, דער טאַלענטפולער מוזיקער און פאַרפאַסער פון פאַרשיידענע מוזיקאַלישע שאַפונגען, האָט מיר צווישן אַנדערן געענטפערט :

,צו זיין אַ קאָמפּאָזיטאָר דאַרף מען האָבן טאַלענט, און צו זיין אַ גוטער קאָמ- פּאַזיטאָר, דאַרף מען חוץ טאַלענט אויך האָבן ערודיציע. איז מילא, ערודיציע קאָן מען באַקומען דורך אַ סך שטודירן. װאָס מערער דער קאָמפּאָזיטאָר מיט טאַלענט האָט ערודיציע, אַלץ ווייטערע האָריזאָנטן קאַן ער דערגרייכן,

- 89 | | נחמן מייזיל

;דער פאָלקס-קאָמפּאָזיטאָר (אויב מ'קאָן אים אַזױ אָנרופן) האָט בלויז טאַלענט, דעריבער זיינען די מעלאָדיעס, וועלכע ער שאַפט -- קורצע,

;דער קאָמפּאָזיטאָר מיט ערודיציע שאַפט לויט די כללים, וועלכע ער האָט געלערנט, -- דהיינו -- האַרמאָניע, קאָנטראַפּונקט, פאָרם א, אַז. װו. דער פאָלקס- קאָמפּאָזיטאָר שאַפט מעלאָדיעס אויף ווערטער, וועלכע דיקטירן דעם ריטם און די שטימונג פון ליד (ווערטער),

;מ. מ. װאַרשאַווסקי איז אָן ספק איינער פון די װיבטיקסטע פאָלקס-קאָמפּאָ- זיטאָרן ביי אונדז יידן. זיינע מעלאָדיעס זיינען פּשוטע, האַרציקע און, לויט מיין מיינונג, אין פולקאָמען איינקלאַנג מיטן װאָרט,

;מיט יאָרן צוריק, ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געזען די געדרוקטע לידער- זאַמלונג פון װאַרשאַווסקין (אָן נאָטן), בין איך ממש דערשטינט געװאָרן, ווען איך האָב אַנטדעקט, אַז פיל לידער זיינען געשריבן געװאָרן פון װאַרשאַװסקין, ווייל איך האָב זיי אַלעמאָל געהאַלטן פאַר פאָלקס-לידער, װאָס מ'ווייסט אֲפילו ניט ווער זייער טאַטע איז,

;איך האָב אַ פאַרדאַכט, אַז ערנסט בלאָך אין זיין פידל-סואיטע ;דער בעל-שם" האָט אויך ניט געוואוסט, אַז די מעלאָדיע פון דער ;מיזינקע אויסגעגעבן", װאָס ער באַנוצט -- איז װאַרשאַווסקיס , , , "

א, צ. אידעלסאָן, דער באַוואוסטער מוזיקער, דער מחבר פונעם גרויסן וערק (אין ענגליש) וועגן ;יידישער מוזיק", שרייבט צווישן אַנדערן וועגן מ. מ. װאַר" שאַװוסקי : ,זיינע געזאַנגען זיינען טיילווייז געשאַפן און טיילווייז אַדאָפּטירט דורך אים . . . אייניקע פון זיי זיינען עכטע יידישע מעלאָדיעס... * (ז' 454, 1944,)

אָבער אין דער אמתן זיינען די ווערטער מיט די מעלאָדיעס, די לידער מיט זייערע מאָטיוון אַזױ צונויפגעפלאָכטן און אַזױ צונויפגעװאַקסן, אַז עס איז שווער צו דערגיין וועמען מיר האָבן מער צו פאַרדאַנקען -- די ווערטער אָדער די מע" לאָדיעס, --- װאָס די װאַרשאַװוסקי-לידער זיינען געװאָרן אַזױ אייגן, אַזױ טייער, אַזױ איינגעבאַקן אין האַרצן פון די יידישע פאָלקס-מאַסן,

עס איז אַרױס אין תל-אביב אַ העברעאישע זאַמלונג פון איבערגעזעצטע יידישע פאָלקס-לידער מיט נאָטן, אונטערן נאָמען ;זמר עם" (פאָלקס-געזאַנג), זיינען צוישן די פאַרשיידענע פאָלקס-לידער אויך אַריין צוויי לידער פון מ. מ, װאַרשאַװסקי, אין אַ העברעאישער איבערזעצונג, מיט זייערע מעלאָדיעס.

שלום-עליכמס נביאות איז ניט מקוים געװאָרן : דער נאָמען פון מ. מ. ואַר" שאַװוסקי --- דעם פאַרפאַסער פון די פאָלקס-לידער, די ווערטער און מעלאָדיעס --- איז ניט פאַרגעסן געװאָרן.

ביז אויף היינט צו טאָג טרעפן מיר אין פּראָגראַמען פון יידישע קאָנצערטן | די פּאָפּולערע יידישע פאָלקס-לידער און טאַקע מיטן פולן נאָמען פון זייער מחבר -- -דעם פאָלקס-קאָמפּאָזיטאָר מ. מ. װאַרשאַװסקי.

1948

ד"ר נתן בירנבוים

1

איך האָב אים אַמאָל געזען, אין די 20-ער יאָרן, אין דער יידישער שטאָט װאַרשע און אים געהערט אַ פּאַר מאָל ריידן. ער איז דענסטמאָל געווען אַ גאַסט ביי די פּױלישע רעליגיעזע יידן, ביי דער ;אגודת ישראל", ער איז אויפגעטראָטן אין אונדזער יידישן ליטעראַטן-פאַראיין אויף טלאָמאַצקע, װאָס איז געווען לאַיאַל און פול מיט פאַרערונג פאַר יעדער יידישער פּערזענלעכקייט, צו וועלכער ריכ- טונג זי זאָל נישט געהערן. ד"ר נתן בירנבוים, דער אַמאָליקער יידיש:וועלט- לעכער דענקער, װאָס האָט זיך אין זיינע אפּיקורסישע יאָרן זיך אַ נאָמען געגעבן מתתיהו אחר, -- אויפן נאָמען פון דעם תנא, וועלכער איז געװאָרן גאָר אַן אַן- דערער, אַן אַנדערשדיקער, -- האָט דאָסמאָל געהאַלטן פלאַם-פייערדיקע רעפע- ראַטן וועגן יידן און יידישקייט, וועגן מערב-יידנטום און מזרח-יידנטום און שטאַרק פאַרטיידיקט זיין נייע אידעאָלאָגישע, רעליגיעזע, איינשטעלונג ועגן 2גאָטס פאָלק? א, אַז, וו

מיט פיל, װאָס ער האָט געזאָגט און דערוויזן, געדענקט זיך מיר גוט, האָב איך נישט מסכים געווען, אָבער ער גופא און זיין אופן פון ריידן האָבן געמאַכט אויף מיר, וי אויך אויף אַנדערע שרייבער, אַ שטאַרקן, טיפן איינדרוק מיט דער עקשנות, מיט דעם פאַנאַטיזם און קנאות, װאָס האָט געשלאָגן פון אים, פון זיינע אַרױסטריטן, פון זיינע רייד, פון זיין אויסזען.

ער איז געווען זייער אַ שאַרפער מענטש, מיט אַ שאַרפן כאַראַקטער. די אָדלער-נאָז, די גרויסע שפּיציקע באָרד, די טיפע קנייטשן אויף זיין גרויסן שטערן, אַלץ האָט געהאַט איז זיך עפּעס פון אַ קנאי, פון אַ בונטאַר. און אַזאַ איז ער דאָך געווען אַלע זיינע יאָרן. פאַר זיין אידייאישער װעלט איז צוגעפּאַסט דאָס באַ- קאַנטע װאָרט : שוואו געטאָגט, דאָרטן ניט גענעכטיקט". ער האָט אין זיין לעבן, אין זיינע אידייען-איינשטעלונגען, דורכגעמאַכט פאַרשיידענע גלגולים, ווידער- שפּרעכנדיקע איבערװאַנדלונגען. אָנגעהויבן האָט ער העט-העט וייט, נאָך ערב דעם ציוניזם און אויך ערב דעם ;גלותיזם" און יידישיזם. דאָ און דאָרטן איז ער געווען דער פּיאָנער, פירזאָגער, און געענדיקט האָט ער צוישן די פרומאַקעס, צװישן דער פאַנאַטיש-רעליגיעזער קאגודת ישראל? און געװאָרן איר טעאָרעטי- קער, אידעאָלאָג און פירער.

ווייזט אויס, אַז ער אַלײן האָט גוט געפילט דעם שאַרפן קער, װאָס ער האָט

3

04 נחמן מייזיל

געמאַכט אין זיין אידייאישן לעבן און ער האָט באַגריפן, וי דער יידיש-וועלט- לעכער עולם איז דערשטוינט און פאַרגאַפט, װאָס ד"ר נתן בירנבוים איז מגולגל געװאָרן אין אַ גאָר אַנדערער מחנה. האָט ער דענטסמאָל אין װאַרשע, פאַר דער יידישער עפנטלעכקייט פאַרטיײידיקט מיט אַ מערקװוירדיקן ברען און פייער זיין נייעם וועלט-באַנעם.

קאָן זיין, אַז ער אַלײן איז נאָך אינגאַנצן נישט געווען פאַרטיק מיט זיך גופא, מיט זיין איבערגאַנג און איבערבראָך, דעריבער האָט ער אַזױ היציק געװאָלט פאַרשרייען אין זיך זיין אומרו. ..

ער האָט אַדורכגעמאַכט אַ שטורמיש אידייאיש לעבן, איז ער צו עפּעס דער- גאַנגען אָדער זיך אַדורכגעשלאָגן---איז ער שוין געווען צו זעם נישט גלייכגילטיק, נאָר איבערגעגעבן מיט לייב און לעבן ממש. ער האָט אומעטום אַרײנגעבראַכט זיין אומרו, זיין ברען, זיין דונערן און בליצן,. תורה און עבודה, מדרש און מעשה זיינען ביי אים געגאַנגען האַנט אין האַנט. ער האָט געפּרײידיקט נייע אמתן נישט בלויז פאַר אַנדערע, נאָר קודם-כל פאַר זיך גופא. און ער האָט נישט געזוכט קיין ווינקל, וואו צו קאָנען רוען און קיין באָדן, וואו צו קאָנען שלאָגן זיינע װאָרצלען און פאַרװאָרצלען זיך, נאָר אדרבא זיך כסדר געריסן צו קאַמפס-פּלעצער,

ער איז געווען דער אָנזאָגער פון ציוניזם נאָך פאַר הערצלען, ער האָט גע- גרינדעט יידיש-קרייזלעך איידער די יידישיסטן האָבן עס געטאָן, ער איז געװאָרן דער גוטזאָגער און פאַרטײידיקער פון דעם מזרח-יידנטום קעגן די פאַרלייקענער און פּריידיקער צווישן די מערב-יידן נאָך פאַר דובנאָוון, ער איז געווען דער איני" ציאַטאָר פון דער טשערנאָוויצער שפּראַךי-קאָנפערענץ פון 1908 און מיטגעריסן אַנדערע יידישע שרייבער, װוי ד"ר חיים זשיטלאָווסקין. און י. ל. פּרצן. ער האָט אַליין איבערגעזעצט פּרצן, שלום-עליכמען און אַשן אויף דייטש. אַרײנגעבראַכט דעם יידישן שאַפן אין דער דרויסנדיקער וועלט, און אין דער אינעװייניקסטער יידישער וועלט האָט ער, דער דייטשער מערב-ייד, געמאָנט פּיעטעט און חשיבות פאַר דער יידישער שפּראַך, אָבער דערנאָך האָט ער דאָס אַלץ האַסטיק פאַרלאָזט און זיך אומגעקערט, װוי ער האָט אַלײן געזאָגט, /צו דער אַלטער יידישער אמונה, צו יידישקייט און צו יידישע קדושה-באַשטרעבונגען". און מיטן זעלבן פייערדיקן אייפער און עקשנות, מיט דעם זעלבן ברען, װאָס ער האָט פריער געקעמפט פאַר יידיש-וועלטלעכקייט, האָט ער גענומען פּריידיקן פאַר נייע קרייזן זיין נייע וועלט- איינשטעלונג,. ער האָט געשריבן דערנאָך: ;איך האָב ניט ;געזוכט' גאָט, װי מען רופט דאָס היינט אָן אַזױ שיין און שקרדיק, און איך האָב אים ניט געדאַרפט געפינען. ער האָט זיך געהאַט אָנגערופן אין מיר און שפּעטער פּלוצלינג זיך באַװויזן אין מיין באַוואוסטזיין,"

דײר נתן בירנבוים ספ

2

ווער עס װעט קומען שרייבן די געשיכטע פון די אידייאישע געראַנגלענישן ביי דער יידישער אינטעליגענץ אין מערב-אײראָפּע אין די מערקווירדיקע יאָרן פון 1880 ביז דעם צווייטן וועלט-קריג, ערב דעם גרויסן יידישן חורבן און דעם מוראדיקן מבול, --- ווער עס וועט פּרואוון נאָכגײין פוס-טריט נאָך די פאַרשיידענע אויפבליצן, אויפגאַנגען, אויפשיינען פון דעם יידישן געדאַנק און זיין אומקערן זיך צום יידישן פאָלק, צום יידישן מהות, צום יסוד-און סוד-הקיום און װעט װועלן געפינען די פעסטע און שװאַכע צוזאַמענהאַנגען צוישן די באַזונדערע צוויי טיילן פון דעם יידישן פאָלק, װאָס זיינען אין לויף פון יאָרהונדערטער אױיסגעקריסטאַ- ליזירט געװאָרן ביי די מערב- און מזרח (װועסט און אָסט) יידן, -- דער װעט מוזן נעמען די געשטאַלט, די פּערזענלעכקייט פון ד"ר נתן בירנבוים וי אַ ווינקל- שטיין, װוי אַ מיטלפּונקט אין דעם גאַנג און געראַנגל פון אָט-די װידערשפּרעכנ- דיקע כוחות,

ווער עס איז געגאַנגען און געלאָפן פון מזרח, פון דער מזרח-וועלט, צו דער דער מערב-וועלט, צו איר קולטור און וועלט-באַנעם, אָבער ד"ר נתן בירנבוים איז געגאַנגען אין דער פאַרקערטער ריכטונג -- פון דער מערב-װועלט צו דער יידישער מזרח-וועלט און אַלץ-מער אויפגענומען אין זיך אירע שיינקייטן, אירע ווערטן, און געווען אין זיי פאַרליבט, פאַרליבט ביז גאָר,

ד"ר נתן בירנבוים האָט אַליין אין פאַרשיידענע צייטן גערן זיך אַרוסגע- זאָגט וועגן זיינע אייגענע איבערװאַנדלונגען, און זיי אַרױסגעבראַכט אין זיינע פאַרשיידענע אַרױסזאָגונגען. אין אַן אַרטיקל ;אַן איבערבליק איבער מיין לעבן", װאָס עפנט דאָס ,יובילייאום-בוך" צום 60סטן געבורטסטאָג פון ד"ר נתן בירנ- בוים -- תרכ"ד---תרפ"ד, 1924-1864 (אַרויסגעגעבן דורכן רעליגיעזן פאַרלאַג אין װאַרשע אישורין", וואו עס באַטײליקן זיך דורכאויס רעליגיעזע שרייבער, רבנים, תלמידים פון זייער רבין ד"ר נתן בירנבוים), שרייבט ער וועגן די פאַר- שיידענע תקופות אין זיין רוישיק לעבן,. ער שטעלט זיך אָפּ, צוװישן אַנדערן אויף דעם פּעריאָד, װאָס ,דער ציוניזם האָט אָנגעהויבן זיך װאַקלען ביי אים, ביז ער איז ;צום סוף אַרױס פון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע?, אַ יאָר נאָכן ערשטן קאָנגרעס אין באַזעל, זומער 1897, וואו ער האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע. ;געפירט דערצו האָט מיין גענויער באַקענען זיך מיט (די) מזרח-יידן געפונען אין זיי אַ פאָלק מיט אַלע סימנים פון אַ לעבעדיק באַזונדער פאָלק, איז ביי מיר אַלץ קלאָרער געװאָרן, אַז מען דאַרף נישט ערשט אויפסניי באַשאַפן אַ פאָלק, װאָס איז שוין בנמצא (װאָס עקזיסטירט שוין), און אַז דער עיקר איז צו פּילנעווען דאָס לעבן זיינס, און אַזױ נאָך איז ביי מיר אױיסגעװאַקסן ;דער גלות- נאַציאָנאַליזם, , , *

און ד"ר נתן בירנבוים דערציילט ווייטער וועגן זיך : ;אין מערב-אײראָפּע

56 נחמן מייזי?

האָב איך מיך אַרױסגעשטעלט פאַר מזרח-יידן, אָנװײזנדיק אויף זייער פיל- לעבעדיק פאָלקשאַפט, און פונעם מזרח האָב איך פאַרלאַנגט צו היטן דאָס, װאָס ער פאַרמאָגט, ובפרט --- ניט מבטל צו זיין עס צוליב עתיד (צוקונפט)-חלומות!"

און ווייטער : ,פונעם גלות-נאַציאָנאַליזם בין איך געקומען אויף אַ גלייכן וועג צו דער גלות-שפּראַך, צו יידיש, און איך האָב אָנגעהויבן צו פאַרפירן אַ לאַנגע מלחמה אויף אויפצוהייבן איר כבוד ביי די, װאָס ריידן אויף איר, ביי די אַנדערע יידן און אַפילן ביי די אומות-העולם:.? (ז' 13),

די ראָלע פון ד"ר נתן בירנבוים וי אַ קעמפער און פאַרטיידיקער פון דער יידישער שפּראַך איז געװאַלדיק גרויס, מען האָט וועגן דעם וייניק, צו-װייניק געשריבן,

בלויז די ;טרוקענע" דאַטעס און פאַקטן פון זיין מערװוירדיקן לעבן: גע- בוירן אין ווין אין 1864, אין דער עכט-אײראָפּייאישער שטאָט, ביי טאַטע-מאַמע, װאָס האָבן געשטאַמט פון רבנישע און חסידישע משפּחות, האָט ער איינגעזאַפּט אין זיך חסידישן ברען און רבנישע קנאות. געלערנט אין אַ דייטשער שול, פון דער עלעמענטאַרער און מיטל-שול ביזן אוניווערזיטעט, געלערנט אָריענטאַלישע שפּראַכן און געענדיקט אַדװאָקאַט. נאָך עטלעכע יאָר פאַרנעמען זיך מיט אַדװאָ" קאַטערײ, גייט ער אַװעק צו געזעלשאַפטלעכער און ליטעראַרישער טעטיקייט, נאָך אַ יונג בחורל פון קוים 18 יאָר, לאָזט ער אַרױס אַ בראָשור (אויף דייטש) וועגן דעם דראַנג נאָך אַסימילאַציע, װאָס ער טרעפט אַרום זיך, אין זיין סביבה, צו 19 יאָר (1882) גרינדעט עֶר, מיט אייניקע פריינט, דעם ערשטן יידישן סטו" דענטן-פאַראיין אין עסטרייך ;קדימה", וואו עס פורעמט זיך אויס דער יידישער נאַציאָנאַלער געדאַנק ביי אים און זיינע חברים. באַלד זעען מיר אים וי דעם רעדאַקטאָר-אַרויסגעבער פון וויכטיקע פּראָפּאַגאַנדע-זשורנאַלן (אויף דייטש פאַר דער יידישער יוגנט) ;זעלבסט-עמאַנציפּאַציאָן", אַ צייטשריפט פאַר די נאַציאָנאַלע, סאָציאַלע אינטערעסן פונעם יידישן פאָלק, דערנאָך -- אַנדערע דייטש-יידישע צייטשריפטן (שוין אין בערלין: ,די יידישע פאָלקס-צייטונג" און ;דער װעג"?. ער פאַרעפנטלעכט פּלאַמיקע אַרטיקלען, וואו עס קומען צום אויסדרוק די אידייען. װאָס ווערן געלייגט מיט דער צייט אין דעם יסוד פון דעם ציוניזם, װאָס ער איז, וי געזאָגט, געווען זיין פירזאָגער, יאָרען פאַר הערצלען. מיט דעם צייט גייען ביי אים האַנט אין האַנט נאַציאָנאַליזם און סאָציאַליזם, אויסקוק אויף ארץ ישראל און אויך פעסטע פּאָליטיק און קאַמף פאַר מענטשלעכע רעכט אויפן אָרט.

עס איז געווען זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז ד"ר נתן בירנבוים זאָל זיין איי- נער פון די חשובע געסט-דעלעגאַטן אויפן ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל (אין יאָר 1897), וואו ער האָט אויך געהאַלטן אַ רעפּעראַט. ער איז אויס- געקליבן געװאָרן פאַרן גענעראַליסעקרעטאַר פון דער ציוניסטישער ביוראָי אַן אַנדערער אויף זיין אָרט װאָלט שוין אַזױ זיך איינגעלעבט און איינגעוועבט

דיר נתן בירנבויט זי

אין דער ציוניסטישער באַװועגונג. אָבער ער האָט נישט געקאָנט פאַרליידן די גלות-פאַרלײיקענונג, װאָס איז געלייגט געװאָרן װי אַ יסוד אין דער פּאָליטיק און אין דער אַגיטאַציע פון דער ציוניסטישער באַוועגונג. באַלד נאָכן צווייטן ציוניסטישן קאָנגרעס, אין 1898, טרעט ער אַרױס פון דער ציוניסטישער באַװוע- גונג און ער גיט זיך איבער דער פּראָפּאַגאַנדע פון אַ העפטיקן קאַמף פאַר יידישע רעכט און פאַר אַ יידיש נאַציאָנאַל לעבן אויף די ערטער.

אויפגעװואַקסן צװישן די מערב-יידן, קענענדיק גוט זייער לעבן, זייערע אידעאַלן, זייער גאַנצע וועלט און לעבנס-איינשטעלונג, זעט ער אַלץ-מער איין, אַז דאָס מערב-יידנטום ווערט אױיסגעליידיקט פון אינהאַלט, פון די עלעמענטן װאָס קאָנען אויפהאַלטן דעם קיום פונעם פאָלק. ער דערשפּירט די לעבנס-כוחות, די לעבנס-זאַפטן פון די יידישע פאָלקס-מאַסן אין מזרח, אין די יידישע קיבוצים, װאָס האָבן דעם לעבעדיקן יידיש אין זייער מויל,. ער ווערט דער ענטוזיאַסטישער קעמפער פאַר יידיש, פאַר די רעכט פון יידיש, פאַר דער חשיבות פון די פיל- געפּלאָגטער און טיף-באַלײידיקטער, פון אינעװײיניק און אינדרויסן, פאָלקס-שפּראַך.

ד"ר נתן בירנבוים באַגרייפט װאָס:װײיטער אַלץימער די גרויסע וװערט און די וויכטיקע ראָלע פון יידיש, װאָס זי שפּילט שוין איצט און װי זי װאָלט געקאָנט שפּילן אינעם יידישן לעבן. ער האָט אַמאָל געשריבן: ,מען מעג אָן גוזמא זאָגן, אַז די יידישע שפּראַך שטעלט דאָס מזרח-יידישע און מיט אים דאָס גאַנצע יידישע פאָלק פאַר אַ װענדפּונקט פון זיין נאַציאָנאַלן גורל. נאָר אין צייכן פון דעם דאָזיקן פאַראַכטעטן גלות-דיאַלעקט קאָן אויסרייפן דעם פאָלקס פולע זעלבסטשטענדיקייט, קאָנען די יידן זיך אויסקעמפן זייער צווייטע, העכערע נאַ- ציאָנאַלע עמאַנציפּאַציע,"

=(

מיט דער צייט איז עס געװאָרן דער פונדאַמענט פאַר אַלע זיינע טואונגען ער האָט זיך אונטערשיידט אין יענער צייט פון שמעון דובנאָוו, וועלכער האָט אויך געפּרײידיקט ,גלות-נאַציאָנאַליזם", אָבער יענער האָט זיך אַלץ געקווענקלט וועגן דער ראָלע פון דער יידישער שפּראַך אין דעם לעבן פון יידישן פאָלק*), ש. דובנאָוו האָט זיך אַלעמאָל געראַנגלט צװישן רוסיש, יידיש און העברעאיש, ד"ר נתן בירנבוים האָט ראַדיקאַל און שאַרף אַװעקגעשטעלט די שפּראַכן-פראַגע און זי געלייזט אויף אַ ראַדיקאַלן אופן לטובת יידיש. און דערפאַר איז ער גע- װאָרן דער איניציאַטאָר פון דער טשערנאָוויצער שפּראַכן-קאָנפערענץ, װאָס דער באַשלוס צו רופן זי איז פאָרגעקומען דאָ אין ניו-יאָרק, אינעם הויז פון דוד פינסקי. עס איז אויך כאַראַקטעריסטיש פאַר בירנבוימס כאַראַקטער, װאָס ער

* ) זש.שמעוז דובנאוו און יידיש? אין מיין בוך ,פאָרגיוער און מיטצויטלער", איקוף-פארלאג, ניו-ואַרק, ו"ז 181-116. |

58 | | נחמן מייזיל '

האָט זיך אַרײנגעװאָרפן אינגאַנצן אין דער אַרבעט, און נישט גערוט ביז די קאָנ- פערענץ איז פאָרגעקומען אויגוסט 1908 אין טשערנאָוויץ. ער, ד"ר בירנבוים איז געווען איר פאָרזיצער. ער איז געווען צוזאַמען מיט פּרצן און זשיטלאָווסקין און אַנדערע, דער פירנדיקער גייסט פון דער היסטאָרישער קאָנפערענץ, װאָס האָט אָנגעצייכנט אַ שאַרפע ליניע פאַר דעם קאַמף פון יידיש אין דער וועלט, סיי אי" נעװייניק און סיי כלפּי חוץ, |

ד"ר נתן בירנבוים גופא דערציילט (אין זיין ענטפער צו דער רעדאַקציע פונעם בוך וועגן דער יידישער שפּראַך-קאָנפערענץ אין טשערנאָוויץ, אַרױס- געגעבן דורך דער ייװאָ אין ווילנע, 1921), וועגן דער געשיכטע פון אָט דער קאָנפערענץ :

;געווען איז עס דעם 1טן יאַנואַר 1908, ווען איך בין אויף מיין ערשטער נסיעה קיין אַמעריקע אָנגעקומען אין ניו-יאָרק. אין די לעקציעס, װאָס איך האָב געהאַלטן אין אַמעריקע, האָב איך מיך אַרױסגעזאָגט פאַר אַ קולטורעלן גלות- נאַציאָנאַליזם און דער עיקר -- אונטערגעשטראָכן די וויכטיקייט און נויטיקייט פון דער יידישער שפּראַך פאַר דעם קיום פונעם יידישן פאָלק... איך האָב גע" פילט, אַז סימוז עפּעס אויפגעטאָן ווערן אַ גרעסערער אויפטו פאַר יידיש, אַ מין מאַניפעסטאַציע פאַר זיין שפּראַכשאַפט און זיינע שפּראַכלעכע רעכטן. און אַזױ וי איך האָב דאָרטן געפונען עטלעכע חברים צו מיין שיטה, באַוואוסטע מענטשן, זיינען מיר סוף-כל-סוף געקומען צו דער החלטה (באַשלוס), איינצורופן אַ יידישע שפּראַך-קאָנפערענץ, אויף וועלכער סזאָלן אַרומגערעדט ווערן אַלע ענינים, װאָס זיינען נוגע דעם אינטערעס פון דער יידישער שפּראַך און פון די שרייבער, װאָס שרייבן אויף יידיש, פאַר דעם אָרט פון דער קאָנפערענץ האָבן מיר אויס- געקליבן טשערנאָוויץ אין דער בוקאָװוינע... * (;די ערשטע שפּראַך-קאָנפערענץ?, ווילנע, 1921, ז' אז

ס'איז אינטערעסאַנט אַ שטעלע אין דעם ענטפער, וואו ד"ר נ. בירנבוים שרייבט : ,די בלעטער (די צייטונגען) האָבן אָנגעװויזן מיט גרויס איראָניע דע- רויף, װאָס איך האָב די עפענונגס-רעדע פון דער קאָנפערענץ נישט געהאַלטן אױיסװײיניק, נאָר אַראָפּגעלײענט זי פון אַ בלאַט פּאַפּיר, און אַז ווייטער ביי אַלע דעבאַטעס האָב איך גאָר גערעדט דייטש. זיי האָבן געמיינט, אַז דערמיט זיינען זיי מבטל די גאַנצע קאָנפערענץ", ,נאָר וועמען האָט עס געאַרט! -- זאָגט ד"ר בירנבוים --- ער האָט נישט פאַרשטאַנען, אַז דער כוח און דאָס רעכט פון יידיש ווענדעט זיך ניט דערין, װאָס איינער אַ ייד, אַ געבוירענער און אויפגעצויגענער אין מערב-אײיראָפּע, האָט ערשט אין די שפּעטע יאָרן אויסגעלערנט זיך די שפּראַך, און װאָס אין דער צייט פון דער קאָנפערענץ האָט ער נאָך ניט געקאָנט ריידן אויף איר. (ז' א

און ווייטער אין דעם ענטפער, װאָס איז געשריבן געװאָרן דורך דייר בירנבוים

דיר נתן בירנבוים

מיט פולע 0 יאָר נאָך דער טשערנאָוויצער שפּראַך-קאָנפערענץ, קומען שורות, וועלכע כאַראַקטעריזירן די שאַרפע גיײיסטיקע איבערװאַנדלונג פון דעם איני- ציאַטאָר פון דער שפּראַך-קאָנפערענץ און זיין נייעם קער --- פון וועלטלעכקייט צו רעליגיעזקייט, ד"ר נתן בירנבוים גיט צו, אַז די שפּראַך-קאָנפערענץ האָט פיל אויפגעטאָן : ;זי האָט געשטאַרקט די ענערגיע פון די אַלע, װאָס די יידישע שפּראַך איז געווען און איז טייער ביי זיי. זי האָט זיי געמאַכט פאַר בכיוונדיקע (באַוואוסט- זיניקע) אַרבײיטערס פאַר יידיש". און דאָ גיט צו ד"ר בירנבוים (פון יאָר 1928); שנאָר אמת, איין זאַך, װאָס איך האָב מורא, אַז די דאָזיקע אַרבײיטערס (איצט זאָגן מיר -- טוער -- נ. מ.) האָבן זיך אַװעקגעלאָזט אויף אַ פאַלשן וועג. איך האָב עס דעמאָלט אין דער צייט פון דער קאָנפערענץ נישט געזען און נישט געקאָנט זען. אָבער היינט --- צוליב דעם, װאָס איך האָב זיך אומגעקערט צו דער יידישער תורה און צו די יידן, וועלכע לאָזן ניט פון איר (געמיינט, װאָס גייען ניט אַװעק פון איר--- בי מ) -- זע איך עס מיט אַ געפיל פון דאגה: די ראַדיקאַלע פּאַרטײען האָבן מכלומרשט מאָנאָפּאָליזירט די יידישע שפּראַך און דערמיט ניט נאָר אַרײנגעװאָרפן אַ חשד אויף איר אין דער מאַסע פון פרומע יידן -- די ערשטע און אמתדיקע באַשעפער פון יידיש --- נאָר אויך אַרײנגעבראַכט אין דער סכנה, אַז אָפּגעריסן פון זיין מקור, זאָל עס, חלילה, פאַרלירן זיין שפּראַכלעך ברשות-עצמהדיקייט (אומאָפּהענגיקײט --- נ. מ.), זיין אמתע יידישלעכקייט און זיינע שטאַרקע קאָלירן און ווערן צו אַ גרויען שאָטן פון זיך אַלײן, צו אַ מין טרוקענער בריאה, צו אַן אַבי-אײראָפּייאישער אַבי-שפּראַך" (ז, צ1),

אַזױ האָט ד"ר נ. בירנבוים אויפגעפאַסט יידיש און דעם מהות פון יידיש אין 8, מיט 20 יאָר נאָך דער טשערנאָוויצער שפּראַך-קאָנפערענץ,

ד"ר חיים זשיטלאָווסקי האָט אין ניו-יאָרקער ,טאָג" (פונעם 2-טן סעפּטעמ- בער 1928), צום 20"סטן יאָרטאָג פון דער טשערנאָוויצער שפּראַך-קאָנפערענץ, װאָס ער איז געווען איר וויצע-פּרעזידענט, געשריבן וועגן ד"ר נ. בירנבוים און זיין באַזוך אין ניו-יאָרק אָנהײב 1908: ,... אין זיינע עפנטלעכע אַרױסטרע- טונגען אין יענעם ווינטער האָט ד"ר בירנבוים נאָר מרמז געווען (אָנגעדייט) אויף דער מעגלעכקייט און נויטווענדיקייט פון איבערבויען די ציוניסטישע װעלט- אָנשויאונג אויף דעם יסוד פון דער יידישער שפּראַך. דעריבער האָט ער גערעדט גאַנץ קלאָרע דיבורים וועגן דעם אין פּריװואַטע אונטעררעדונגען,"

ד"ר חיים זשיטלאָווסקי באַטאָנט, אַז ;דער אומדערמידלעכער ענערגיע ד"ר בירנבוימס, וי אויך זיין פיינעם פּאָליטישן טאַקט און דער גרויסער אָנגעזעענקייט זיינער אין דער ציוניסטישער װעלט -- דער דעמאָלסטיקער -- האָבן מיר צו פאַרדאַנקען, װאָס די דאָזיקע שפּראַך-קאָנפערענץ איז צונויפגערופן געװאָרן און װאָס אין איר האָבן זיך באַטײליקט יידישע שרייבער און כלל-טוער מיט זייער חשובע נעמען.*

60 נחמן מייזיל

ד"ר נ. בירנבוים האָט, אויף אַן אַנדער אופן װי אחד-העם, באַקעמפט דעם פּאָליטישן ציוניזם, װאָס פאַרזעט לחלוטין די יידיש-נאַציאָנאַלע מאָמענטן און די יידישנאַציאָנאַלע קװאַלן, פון וועלכע מ'דאַרף און מ'מוז כסדר שעפּן. דער וועג קיין ציון --- האָט ער אַמאָל געשריבן --- קאָן ניט פירן איבער אַ פּוסטן רוים, אַ פון בלוט-אויסגעליידיקטער, סכעמענהאַפטער גוף קאָן ניט געבוירן קיין ציון, נאָר אַ פולבלוטיק, פון זאַפטן איבערשטראָמענדיק לעבעדיק פאָלק איז דאָס בכוח...*

אין דעם איז געלעגן דער תוך פון דעם אַמאָליקן ד"ר נתן בירנבוים. ד"ר נ. בירנבוים אין יענעם גלגול איז פאַרבליבן וואוינען אין טשערנאָװויץ, וואו ער איז צוגעטראָטן אַרױסצוגעבן אַ יידישע צייטשריפט אד"ר בירנבוימס װאָכנבלאַט", ער האָט געעפנט אין טשערנאָוויץ אַ יידישן בוך-געשעפט און גע" האָלפן גרינדן דעם יידישן טעאַטער-פאַראין און זיך באַמיט צו הייבן דעם מצב פון יידישן טעאַטער. ער האָט אויך פירגענומען רייזעס איבער פאַרשיידענע שטעט און לענדער, וואו ער האָט באַגײסטערט דעם יידישן מאַסזדעולם מיט זיינע רעפעראַטן וועגן דעם מזרח-יידנטום און וועגן דער יידישער שפּראַך. און מערק" װוירדיק --- ער אַלײן דער מערב-ייד, האָט ביי די מזרח-יידן געהויבן זייער חשיבות, זייער זעלבסט-אַכטונג, און געמאָנט און פאַרלאַנגט פּיעטעט און באַוואוסטזיין פאַר זייער יידישן לשון. נישט אומזיסט האָט אים ש. דובנאָוו געקרוינט מיטן נאָמען .דער איידעלער ריטער פון דעם מערב-יידנטום,*

4

די ליבשאַפט און פאַרערונג פאַר ד"ר נתן בירנבוים האָט זיך שטאַרק אויס" געדריקט אין דער יידישער וועלט און אין דער יידישער פּרעסע אין 1911, ווען ס'איז געפּראַװעט געװאָרן דער יובל פון אָט דער פאַרדינסטפולער און קאָליר- רײַכער און גליײיכצייטיק-װידערשפּרעכנדיקער פערזענלעכקייט.

אין לויף פון די קריגס-יאָרן 19174, ווען זיינע דריי טאַלאַנטפולע און זייער אייגנאַרטיקע זין זיינען אַרײנגעצױיגן געװאָרן אין יענער בלוטיקער באָד, האָט זיך אָנגעהויבן ביים ד"ר בירנבוים אַ נייער פּראָצעס, אַ נייע איבערשאַצונג פון ווערטן, אידייען, איינשטעלונגען. ער ווערט אַלץימער דערווייטערט פון די אידייען, װאָס ער האָט אַפריער געפּרײדיקט, און פון די אידעאַלן, פאַר וועלכע ער האָט אַזױי עקשנותדיק געקעמפט. ,פון אַן אפּיקורס --- אַ מאמין" --- אָט דאָס איז דער נייער וועג, װאָס שלענגלט זיך ביי אים זינט 1917, און אָט דעם נייעם דרך שענקט ער אַװעק זיין נשמה, זיין ברען און ענערגיע די אַלע ווייטערדיקע יאָרן.

ער האָט געזאָגט וועגן זיין נייעם וועלט-באַנעם: ,... ניט צוליב פאָלקס- טום װוער איך רעליגיעז, נאָר איצט צוליב מיין רעליגיעזער איבערצייגונג האָב איך דעם ריכטיקן באַגריף מכוח דעם יידישן פאָלקסטום ... *

אין אָט דעם רעליגיעזן פּעריאָד האָט ד"ר נתן בירנבוים פאַרעפנטלעכט

דיר נתן בירנבוים 1

אין יידיש, העברעאיש און דייטש אַ צאָל ווערק : 2גאָטס פאָלק", , פון אַן אפּיקורס -- אַ מאמין", ;אין גלות ביי יידן,"

אין 1919 איז ער געװאָרן גענעראַל-סעקרעטאַר פון ,אגודת ישראל,"

אין דעם פריער-דערמאָנטן ;אַן איבערבליק איבער מיין לעבן" שרייבט ד"ר נתן בירנבוים וועגן די פּלאָגן פון דער, ערשטער, וועלט-מלחמה און מיט ;אירע גרויסע צרות?, װאָס זי האָט געבראַכט יעדן איינעם. ,מיינע דריי זין האָב איך געמוזט אָפּנעבן צום עסטרייכישן חייל, צוויי פון זיי זיינען געווען אין די שרעקלעכסטע שלאַכטן, און איינער האָט דערביי פאַרלוירן אַ פוס". ווינטער 5 האָט ער זיך באַזעצט מיט זיין פרוי אין ווין. ;דאָרטן -- דערציילט ד"ר נתן בירנבוים -- האָב איך ווייטער אַריינגעקלערט אין די רעליגיעזע פּראָבלעמען און אָנגעהויבן צו פאַרשטיין, אַז יהדות און יידישקייט זיינען פון דעם אייגענעם (זעלביקן) געטלעכן מקור, און אַז איינס קאָן נישט זיין אָן דעם אַנדערן, אָבער אויך (האָב איך) אָנגעהויבן צו פילן, אַז מען דאַרף אַרײנגעבן אַ ניי יונגשאַפט אין די יידישע יידן און אַז מען דאַרף זיי אויפהייבן אויף דעם מעמד, וועלכער פאָדערט זיך פון זיי לויטן גייסט פונעם יהדות" און אַזױ ווייטער (ז' 16.

די נייע איבערװאַנדלונג האָט געמאַכט אַ שטאַרקן איינדרוק אין דער יידישער וועלט, מען האָט וועגן דעם פיל געשריבן, פריינט האָבן אים שאַרף קריטיקירט, אָבער ער איז אַלץימער אַרײנגעצויגן געװאָרן אין דער ;אגודת ישראל"-באַווע" גונג. ער שטעלט זיך אין שפּיץ, און מיר טרעפן איט זינט דאַן דורכאויס אין דער מסיבה פון דער שאַרף-אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג. ער פאָרט אַרום איבער שטעט און לענדער און רעדט שוין --- פאַר אַן אַנדער עולם, פאַר אַנדערע אױידיטאָריעס,

אָט אַ בילד וועגן ד"ר נתן בירנבוימס אַן אַרױסטריט אין לאָנדאָן, וואוהין ;ער איז ספּעציעל געקומען צום מאַסנמיטינג, װאָס איז איינגעאָרדנט געװאָרן דורך די פירער פון דער ;אגוזיה" אין ענגלאַנד, אין ;אַסעמבלי-האָל", הרב יוסף לעוו שרייבט (אין יובילייאום-בוך פון ד"ר נתן בירנבוים, װאַרשע, 1924) : ,דער גרויסער זאַל איז געפּאַקט מיט אַ צען טויזנט קעפּיקן עולם. די פּראָמינענטע רבנים און פּערזענלעכקייטן פון ענגלישן יידנטום -- אַלע אין שפּאַנענדיקער דערװואַרטונג צו הערן דאָס ;נייע װאָרט' פון ד"ר נתן בירנבוים. עס דערהערט זיך אַ קלונג פון אַ גלעקל. עס ווערט שטיל, אויף דער עסטראַדע ביים פּרעזי- דיום-טיש באַווייזט זיך דער פאָרזיצער, ה' סטואַרט סעמועל, פּרעזידענט פון ;באָאַרד אָף דעפּיוטיס". ער רופט אויס בירנבוימען צום װאָרט... די שטימונג ווערט שפּאַנענדיקער,. אַלעמענס אויגן זיינען געװוענדעט צו דער טריבונע. עס באַווייזט זיך ד"ר נתן בינבוים, אַן אימפּאָזאַנטע, שלאַנקע פיגור. א הויכער דענקערישער שטערן אין אַ פלאַך סאַמעטן קאַפּל, טיף-דורכדרינגנדיקע אויגן, אַ סעמיטישע אָדלער-נאָז און אַ פּאַרטריאַרכאַלישע גרויע באָרד. ער הייבט אֶָן

62 נחמן מייזיל

אָבער נישט מיט קיין רעדנער-טאָן, װוי מיר האָבן דערװאַרט, נאָר מיט אַן אויס- געשריי פון אַ פאַרוואונדעטן לייב : ,ווייסט איר, יידן, ווער איר זיינט און װאָס איר דאַרפט זיין ?.. . ווייסט איר די געפאַר, װאָס דראָעט אונדזער קיום ? -- איך, װאָס קום פון דער זינדיקער מחנה, ווייס די געפאַר און נעם מיר דעריבער דעם קוראַזש אייך צו פרעגן : פאַרװאָס האָט איר אַרױסגעלאָזט די לייצעס פון אייערע הענט און איבערגעגעבן אין האַנט פון הפקר-מענטשן?... "

הרב יוסף לעוו מאָלט, וי די פייערדיקע רייד פון ד"ר נתן בירנבוים, וועל- כע זיינען אַרױיס פון זיין מויל, וי ,פייער-פונקען" האָבן געװירקט אויפן עולם, פריער האָט מען געהערט מיט אַ שטילשווייגעניש און שטוינונג, אָבער... "פּלוצ- לינג... אַ וואולקאַן:אויסברוך... אַ מוראדיקער שטורעם, אַן אויפברויז פון ווילדע ים-כװאַליעס,. עס האָט ענדלעך געפּלאַצט דאָס געדולד ביי די, װאָס האָבן זיך געפילט געטראָפן, און זיי האָבן אויפגעהויבן אַ טומל", װאָס האָט זיך ;נישט איינגעגעבן איינצושטילן "... קאַ ריזן-שיף אויפן ברויזנדיקן ים.. . * (ז' 21),

אַזעלכע מיני סצענעס פון אויפברויז, פון אויפשטורעם קעגן ד"ר נתן בירנ- בוים, וועלכער האָט געשאָטן פעך און שוועבל אויף די אידעאָלאָגן און פאַרטײ- דיקער פון וועלטלעכער ידישקייט, האָבן זיך איבערגעחזרט אין פיל שטעט. און דאָס האָט װוי ,פאַרהאַרטעװעט" דעם פאַנאַטיקער, דעם קנאי ד"ר נתן בירג- בוים, װאָס איז געגאַנגען אין זיין לייקענען און פאַרלייקענען דאָס וועלטלעכע, פרייע אַלץ ווייטער און ווייטער.

ווען מען פייערט אין 1925 זיין יוביליי, דערשיינען אין יידיש און אין דייטש גרויסע זאַמלביכער לכבוד און וועגן ד"ר נתן בירנבוים, װאָס עס באַטײליקן זיך אין זיי שוין גאָר אַנדערע, זיינע נייע פריינט, פאַרערער און מיטאַרבעטער, װאָס שטאַמען פון די אָרטאָדאָקסישע קרייזן און פון דער געזעלשאַפט, װאָס זיינען לחלוטין ווייט פון דער וועלט, װאָס האָט ד"ר בירנבוימען געקענט און פאַרערט און טיף-געשאַצט אין זיינע פריערדיקע שאַפערישע און פּראָדוקטיוע יאָרן

ד"ר נתן בירנבוים איז בעתן אויפקום פון היטלעריזם אַװעק קיין האָלאַנד, און אין עלטער פון 73 יאָר, ווייט פון די יידישע פאָלקס-מאַסן, איז ער דעם 3טן אָפּריל 1927 געשטאָרבן.

אַזױ האָט זיך פאַרענדיקט דאָס שטורמישע אידייאישע לעבן פון ד"ר נתן בירנבוים, װאָס האָט אַרײינגעשריבן גלענצנדיקע בלעטער אין דער קולטור- געשיכטע פונעם יידישן פאָלק און אין דעם קאַמף פאַר דער מערכה פון דער יידישער שפּראַך.

187

מיכה יוסף בערדיטשעווסקי 1

מיכה יוסף בערדיטשעווסקי (1865--1921) האָט פאַרנומען אָ גאָר באַזונדערן אָרט אינעם יידישן שאַפן, אין דער יידישער קולטור פון די לעצטע דורות. ער איז געווען און פאַרבליבן אַן אויסטערלישע געשטאַלט אין דער רייכער גאַלעריע געשטאַלטן און פּערזענלעכקייטן פונעם סוף 19-טן און אָנהייב 20-סטן יאָרהונ- דערט און אינעם געדאַנקען-גאַנג פונעם יידישן פאָלק. דורך אים און דורך זיינע פאַרשײידנאַרטיקע ווערק קרייצן זיך אויף אַ ספּעציפישן אופן דער געראַנגל פון יידישקייט און אוניװערסאַלקײט, פון ייד און , גוי", פון מזרח און מערב, און דער געראַנגל פון פּראָגרעס און מסורה, וועלטלעכקייט און טראַדיציע,

עס איז אַן עוולה, װאָס מיר האָבן נישט קיין פולע, פולשטענדיקע מאָנאָגראַ- פיע, װאָס זאָל פאַנאַנדערװיקלען דאָס בילד פון זיין לעבן און שאַפן, פון זיינע בלאָנדזשענישן און דערגרייכענישן, פון זיינע באַרג-אַראָפּן און באַרג-אַרויפן מיכה יוסף בערדיטשעווסקי, װאָס אַלע זיינע יאָרן, זינט 1890 און ביזן לעצטן טאָג פון זיין לעבן-שאַפן אין 1921, האָט ער נישט אויפגעהערט צו זוכן און צו נישטערן, צו פיבערן און צו וייטיקן וועגן דער געשטאַלט פון אַ גאַנצן ייד און פולן מענטשן, --- ער גופא, װאָס האָט כסדר געהאַלטן אין פרעגן און אָפּפרעגן, אין ענטפערן און פאַרענטפערן, איז לסוף פון זיינע יאָרן אַליין פאַרבליבן וי אַ רעטעניש. זיין לאָ- זונג, זיין אויספיר ;און עס איז נאָך דאָ פיל װאָס צו פרעגן", איז פאַרבליבן סיי פאַר אים און סיי פאַר זיין דור און סיי פאַר די דורות נאָך אים,

לכתחילה איז ער געווען מער צעשטערער וי בויער. אַ קינד פון אַ דורות- לאַנגער טראַדיציאָנעלער יידישער סביבה און משפּחה, אַ זון פון אַ פרומען רב אין אַ קליין שטעטל אין פּאָדאָליע, האָט ער שוין אין די יינגערע יאָרן געפּרואווט זוכן אַ סינטעז, געװאָלט אַרויסדרינגען נייע געדאַנקען, נייע טענדענצן אין דער בית-המדרש-קולטור און אפילו אַרױסגעגעבן אַ זאַמלבוך ;בית-המדרש", אָט דער יאָדרעליגיעזער און נישט-רעליגעזער זאַמלבוך איז זיך געשטאַנען אין דעם גרויסן ספרים-אַלמער פון מיין פאָטער אויפן גרענעץ צווישן די פרומע ספרים און די השכלה-ביכער. עס איז נאָך נישט געווען באַשטימט, צי איז דער פאַרפאַסער- אַרױיסגעבער פון ;בית-:המדרש", אַ פרומער, אַ לערנער, אַ ,דאָאיקער", אָדער ער איז שוין פון יענער זייט גרענעץ, ;מאחורי-הפּרגוד,"

עס איז אינטערעסאַנט דער זעלטענער און רירנדיקער בריו-אויסטויש

5

1 נחמן מייזי?

צווישן פרומען רב, מיכה יוספס פאָטער, ר' משה אהרן, מיט זיין זון, װאָס גייט אַװעק פון דער היים, פאַרלאָזט דערנאָך די ישיבה, ווערט אַ משכיל און לאָזט זיך גאָר אַװעק קיין אױיסלאַנד אין גויאישע אוניווערזיטעטן, קיין שווייץ און לסוף אין דײיטשלאַנד (די בריוו געפינען זיך אינעם בערדיטשעווסקי-אַרכיוו אין תל-אַביב), --- מיכה יוסף בערדיטשעווסקי קלערט אויף זיין פאָטער, אַז ער קאָן ניט, נאָכן שטאַרקן ריס, װאָס איז געװאָרן אין אים, זיך אומקערן צוריק אַהיים. דער ;הציץ ונפגע", --- װאָס האָט אַרײנגעבליקט אין דער נייער וועלט, אין דער נייער קולטור, און געשטרויכלט געװאָרן --- ער ווערט טאַקע דער שטאַרקסטער אָפּפּרעגער, דער בריקן-צינדער, דער צעשטערער, לאָמיר געדענקען: ס'איז דער לעצטער יאָר- צענדליק פונעם 19-טן יאָרהונדערט. אין גאָר דער וועלט, אַזױ אויך אין דער יידישער, הערשט דאַן דער גרויסער דראַנג, דער שטאַרקער בונט קעגן דעם אייג" געשטעלטן, קעגן דעם אָנגענומענעם, קעגן דעם פּאַמעלעכן גאַנג אין געדאַנק, אין קונסט, אין פילאָזאָפּיע. מער וי מ'וויל בויען, ווילט זיך צעשטערן. און עס איז זייער פּאָפּולער דער לאָזונג: ;כדי צו בויען אַ בנין, דאַרף מען פריער צע- שטערן בנינים,"

דורך בערדיטשעווסקיס דערציילונגען פון יענער צייט, װאָס זיינען מער אינטעלעקטועל וי שילדעריש, מער עמאָציאָנעל װי רעאַליסטיש, דורך זיינע פאַרשיידענע האַלב-פּובליציסטישע און האַלב-פילאָזאָפּישע עסייען-מאמרים, דורך זיינע פאַרשיידענע קלענערע באַטראַכטונגען, װאָס באַװייזן זיך אין דער יידישער (ריכטיקער -- אין דער העברעאישער) פּרעסע, און זאַמלונגען פון יענער צייט, קומט כסדר דער רוף פון ,שינוי ערכין", פון איבערשאַצן ווערטן, די פאָדערונג איבערצואַנדערשן דעם אָנגענומענעם שטייגער פונעם יידישן לעבן און דענקען, דער פאַרלאַנג צו שטורעמען די אַלטע יידישע פעסטונגען, אַראָפּרײיסן די תפילין פון קאָפּ און פון האַנט, פאַרבייטן דעם אַלטן יידישן פאַרהײליקטן ספר אויף דער שװוערד, אויף דער ;גויאישער" שווערד.

מ. י. בערדיטשעווסקיס ווערק פון די ערשטע יאָרן זיינען אייגנטלעך װי אַראָפּגעשריבענע בלעטער פון אַן אייגענעוז טאָג-בוך, זיי דערציילן אונדז אויף פאַרשיידענע אופנים וועגן זיין דראַנג און שטרעבן צו באַפרײיען זיך פון עלטערנס ירושה, אויסצואװאָרצלען יעדן זכר און שורש פונעם בית-מדרש,, זיך אָפּואָגן פון די מידות און מנהגים, יאָכן און פליכטן פונעם יידישן ספר און זיך באַהעפטן מיט וועלטלעכע מאָסן און באַגריפן, אָט דער קאַמף און געראַנגל איז גאָרנישט אַזאַ לייכטער. װאָס-מער ער האָט געריסן די ;חבלי-ירושה? (די ירושה-קייטן), אַלץ פעסטער איז געווען דער צובונד און אַלץ טיפער די ווייטיקן, די וואונדן, װאָס דער ריס האָט געבראַכט מיט זיך.

דערציילט מ. י, ב. וועגן איינעם אַ העלד, אייגנטלעך -- וועגן זיך : שווען ער האָט פאַרלאָזט זיין פאַרשאָלטענע געבוירן-שטאָט, האָט ער געשוואוירן קיין

מיכה יוסף בערדיטשעוסקי 69

מאָל זיך מער אַהין נישט אומצוקערן. קיין מאָל װעט ער נישט ברעכן זיין שבועה. ער האָט שוין מער קיין פאָלק נישט און קיין הײימלאַנד נישט. ער איז אינגאַנצן אַ פרייער מענטש, װאָס לעבט זיך אַלײן, אָן קיין שום משפּחה-פאַרבינדונגען. ער האָט נישט קיין זכרונות און וויל פון זיי כלל ניט וויסן". אין אַן אַנדער אָרט אינעם זעלבן בוך דערציילונגען טראַכט מ. י. ב'ס העלד אָט װאָס: ;ער װעט מיט איין מאָל איבעררייסן אַלע שטריק און ווערן אינגאַנצן פריי, ער װעט פאַרלאָזן דעם לעצטן דור, צו וועלכן ער האָט נאָך אַ שייכות, און װועט ווערן אַ נייער מענטש, אַ זון פון אַן ערשטן דור,?

אַזעלכע זיינען זיי, בערדיטשעווסקיס אַרױסגעבראַכטע יונגעלייט, אין זיין ערשטער קאַמף-תקופה, אין עטלעכע יאָר אַרום, נאָך די פאַרשיידענע מאַטערנישן, זוכענישן, פאַרצווייפלונגען און בלאָנדזשענישן, שטייט ווידער אַמאָל פאַר אונדז מ. י. בערדיטשעווסקיס יידישער יונגערמאַן מיט אַ װייטיקדיק האַרץ און אויפ- גערעגטן געמיט און מאָנט און פאָדערט ביי זיך און ביי זיין אייגענעם געוויסן: ;ער האָט דאָס געפיל, אַז ער דאַרף אונטערפירן אַ דין-וחשבון פון זיין אייגענעם לעבן, זיך איינקוקן און באַטראַכטן די אָנהײיב:מעשים, אַריינדרינגען אין זייער וועזן און איינציקווייז-איינציקווייז אויסרעכענען זיינע פעלערן און די אָפּנײגן אין זיין לעבן* (פהזר"--דער פרעמדער). ער האָט איין קנופּ אויפגעבונדן, און זיבן נייע זיינען אויף דעם אָרט געװאָרן. ער באַשליסט חתונה צו האָבן פאַר אַ פרעמדער, פאַר אַ גויע. ?אַװעק מיט איר אין אַ ווייטן לאַנד. ער װעט צו זיינע עלטערן און חברים מער נישט שרייבן. ער װעט אויפהערן צו לייענען יידיש, אויפהערן זיך צו אינטערעסירן מיט דעם, װאָס ס'טוט זיך ביי יידן, און אָן עלטערן-ירושה און אָן עלטערן-יסורים װעט ער מיט איר לעבן אין פרייד און אין פאַרגעניגן פון אַ פריי לעבן *"... אָבער עס העלפט נישט, זיין האַרץ בענקט צוריק נאָך זיין היים, און גראָד אין דער פרעמד װאַקסט די בענקשאַפט און לעכצונג נאָך אַלץ, װאָס איז פאַרבונדן מיט דער אַלטער יידישקייט. מ, י. ב. דעקט אויף כסדר די אינעויי"- ניקסטע ריסן, װאָס קומען פון דעם שטענדיקן געראַנגל צװישן מוח און נשמה, צװישן געדאַנק און געפיל : ער קאָנסטאַטירט זיי אין זיינע דערציילונגען און אין זיינע אַרטיקלען.

2

אין יענער שטורמישער צייט, סוף 19-טן און אָנהייב 20-סטן יאָרהונדערט, האָבן זיינע אויפריכטיקע און טיף-מענטשלעכע עמאָציאָנעלע און ליײידנשאַפטלעכע רופן און לאָזונגען שטאַרק געווירקט אויף דער יידישער יוגנט, װאָס האָט גענומען זיך אַרױיסבאַפרײיען פונעם יידישן שטעטל און זיך געריסן אין דער ברייטער, פרייער װעלט, עס האָט באַדאַרפט פאַרבייטן דאָס אָפּנעשטאַנענע און פאַרזיגלטע יידישע לעבן אויף אַ וועלטלעכן לעבן, געבויט אויף אוניוװוערסאַלע יסודות און אויף מענטשלעכע פּרינציפּן און וועלט-אָנשויאונגען

060 נחמן מייזיל

אין יענער צייט פון ניטשע און איבסען, פון שטירנער און גאָרקי, װאָס זיינען, יעדער איינער אויף זיין באַזונדערן אופן און שטייגער, און מיט גאָר אַנדערע אויסבליקן און כוונות, אַרױסגעטראָטן קעגן דער קליינבירגערלעכקייט און קעגן דעם פעסט-איינגעשטעלטן, קעגן דער הערשאַפט פון טראַדיציאָנעלן און דאָג- מאַטישן, -- אין יענער צייט, ווען דער יחיד האָט גענומען זיך בונטעווען קעגן די פאַרשיידענע אָנגענומענע אמתן און הייליקייטן, האָבן שטאַרק אימפּאָנירט די אַלערלײ, אין תוך פאַרשיידענע און אַנדערשדיקע רופן און לאָזונגען פון די בונ- טאַרן, פון די מאָנער און ;העצער" קעגן די איינגעפונדעוועטע מאַטעריעלע, פּאַ- ליטישע און גייסטיקע װעלטן. עס האָבן אויך שטאַרק אימפּאָנירט און געפעלן די אַלע ,צעשטערערישע? רופן, די אַלערלײ בונטאַרישע לאָזונגען פון מ. י. ב, וועלכער האָט דורך זיינע װוערק, גרעסערע און קלענערע, בעלעטריסטישע און פּוב- ליציסטיש-עסייאיסטישע, גערופן איבערצורייסן מיטן עבר, אַ סוף צו מאַכן מיט דער פאַרעלטערטער יידישקייט, מיטן מיטלאַלטער, װאָס האָט זיך פאַרצויגן אַזױ ווייט און שפּעט אין דער יידישער וװעלט. אין יענער צייט האָבן מיר, די יוגנט, װאָס איז אויפגעצויגן געװאָרן אויף דער העברעאישער און גלייכצייטיק אויף דער דעמאָלטיקער רוסישער בונטאַרישער ליטעראַטור, --- אין יענער צייט זיינען פאַר אונדז די רייצנדיקע העברעאישע ביכלעך, װאָס עס האָט אַרויסגעגעבן מ. י. ב. אין אױיסלאַנד, אין בערלין, אונטערן פאַרלאַגס-נאָמען .צעירים", שטאַרק געווען אָנגעלײגט. זיי האָבן צוגעטראָפן אונדזער אַלעמענס ווילן און דראַנג : --- אַרױיס פון די ענגע די אמות, פון די ענגע מחיצות, װאָס די אָפיציעלע דעמאָלטיקע ליטע- ראַטור אין העברעאיש האָט פונדאָסנײי אַרומגעשטעלט אַרום דעם ואַקסנדיקן יידישן גייסט און פרייען ווילן,

מיכה יוסף בערדיטשעווסקי האָט אין יענער צייט אַרײנגעבראַכט אין דער יידישער פּובליציסטיק און אין דער געדאַנקען-װעלט נייעם אינהאַלט, נייעם פּאַטאָס, נישט געקוקט אויף דעם, װאָס אָט דער דראַנג, אָט דער פּאַטאָס איז געווען אָפּטמאָל אַ צו-סכעמאַטישער, אַ צו-אינטעלעקטועלער. ער האָט אויפגעריסן די טויערן פון די יידישע ,כינעזער-ווענט" פון אינעװייניק. ער האָט כסדר באַמיט זיך צו ,פאַרשװעכן" די קדושה פונעם אַלטן יידישן ספר, װאָס האָט פאַרשטעלט דעם גאַנג פאָראויס, און פאַרהאַלטן די באַהעפטונג מיט דער װעלט-ליטעראַטור און וועלט-שיינקייט. עס האָבן נאָך מער אימפּאָנירט מ. י. ב'ס רופן און מאָנונגען, ווייל זיי זיינען געווען טיף-אויפריכטיקע רופן און מאָנונגען און פריער פון אַלץ זיינען זיי געווענדט געווען צו זיך גופא, צו דעם מענטש און זיך. ער אַליין איז דאָך געשטאַנען אין מיטן פון דעם קאַמף, ער איז געווען דער ציל-ברעט פאַר די + פיילן, װאָס ער האָט געלאָזט אין דער יידישער וועלט. מ. י. ב. האָט געהאַלטן פון דעם כלל, אַז ;פריער שטראָף זיך אַליין און דערנאָך אַנדערע?. ער גופא האָט אַדורכגעמאַכט די אַלע גלגולים, איבערװאַנדלונגען, װאָס ער האָט פאַרלאַגנגט פון זיינע מיטצייטלער. זיינע ווערק, די האַלב-בעלעטריסטישע און פּובליציסטישע,

מיכה יוסף בערדיטשעווסקי 67

;עורבא פּרח", פמחניים? זיינען אין תוך װידוי-ראָמאַנען פון אַ יידישן אינטעלי- גענט, װאָס האָט די אַלע עקספּערימענטן געמאַכט פריער אויף זיך גופא, זיי דער- מאָנען אין פיל פּרטים, און בעיקר לויט זייער אינעװייניקסטן אומרו, אין נאָך אַזאַ ווידוי-ווערק פון יענער צייט, דעם אלאָן" (וואוהין) פון מרדכי זאב פייערבערג, (1874---1902), וועלכער האָט אויך זיך פאַרמאָסטן צו איבעראַנדערשן די יידישע וועלט און ער האָט געהאַלטן אין איין פרעגן און אָפּפרעגן,

מ. י, בערדיטשעווסקיס שרייבן איז געווען אַ מין היײיליקע עבודה. ער איז אַלע זיינע יאָרן געווען אַ יושב אוהל, געווען אָפּגעזונדערט פון דער װועלט, פונעם לעבנס-געטומל, און וי אַ פאַרצייטיקער רב, אַ גאון, איז ער געזעסן אין זיין שטיבל, על התורה ועל העבודה, איבערגעגעבן דער יידישער מחשבה, דער געדאַנקען- וועלט, זיינע זוכענישן און אָפּפרעגענישן. און אַלצאײנס וועגן װאָס ער האָט גע- שריבן: צי וועגן די װויכטיקסטע, עיקרדיקסטע פּראָבלעמען פון וועלט און יידנטום, צי ער האָט דערציילט אַ פּשוטע פאָלקס-מעשה וועגן אַ דאָרפס-ייד, וועגן אַ ליבץ- געשיכטע צווישן אַ בחור מיט אַ מיידל אָדער וועגן עפּעס אַ פּאַסירונג אין אַ יידיש שטעטל, -- אין אַלץ האָט ער אַרײנגעלײגט אַ טיפע כוונה, אַ מוסר-השכל, װאָס דאַרף אַרויסדרינגען פון דעם דערציילטן און געשילדערטן. מיט זיין שרייבן און דענקען איז ער ענג געווען פאַרבונדן מיט דער באַקאַנטער יידישער מוסר-ליטץ- ראַטור, װאָס ער האָט פאַרווענדט און געריכטעט אויף אַ נייעם וועלטלעכן דרך און שטייגער.

אין זיינע פאַרשײדנאַרטיקע שאַפונגען -- אין זיינע דערציילערישע, קינסט- לערישע אָפּהאַנדלונגען און אין זיינע געדאַנקלעכע, אָפּטיסכעמאַטישע דערציי- לונגען -- האָט ער אַרױסאַנטפּלעקט זיין אינעװייניקסטע וועלט, זיינע גייסטיקע געראַנגלענישן, זיינע קאַמפן מיט די פאַרשיידענע איינשטעלונגען אין דער יידישער געדאַנקלעכער װעלט און מיט אירע דאָגמעס., זיין כוח איז געװוען בעיקר אין אָפּפרעגן, ער האָט ליבערשט געשטעלט פראַגן װוי געגעבן תשובות. דאָס איז געווען זיין סטיכיע, זיינע טיף-איבערגעלעבטע, אינטים-אַדורכגעװײיטיקטע נאָטיצן, זיי- נע טראַכטענישן און נאָכטראַכטענישן, זיי האָבן געשטאַמט פון אייגענעם האַרץ און נשמה. ער האָט געמעגט זאָגן אויף זיך און אויף זיין שרייבן : ;מבשרי אחזה אלוה", --- פון זיך גופא, פון מיין אייגענעם וועזן טו איך זען גאָט.... עס זיינען געדאַנקען און האַלבע געדאַנקען, אויסדרוקן פון זיין אינעװייניקסטער וועלט, אָדער װוי ער רופט זיי אַלײן אָן ;דברי חזון? --- וויזיע-רייד, זעאונג-אויסרופן,

אין טיפער פאַרצווייפלונג האָט מ. י. ב. אַמאָל געשריבן אַזעלכע ווערטער : ;נישטאָ מער קיין וועג צו אויסלייזונג און נישטאָ קיין אויסוועג. נישטאָ דער גו- טער ווילן און נישטאָ דער גלויבן, -- עס האָט זיך אויסגעלאָזט דער כוח צו טראָגן און טענות צו האָבן... גיב דעם פאָלק איבעראַנײס נייע לוחות, אָדער צעברעך זיי פאַר זיינע אויגן, -- ס'איז אָבער נישטאָ קיין קול, נישטאָ קיין אויער, װאָס זאָל

08 נחמן מייזי?

הערן, נישטאָ קיין האַרץ, װאָס זאָל עס פאַרנעמען... נישטאָ ביי אונדז קיין גאַנצע איינהייטלעכע געגנװאַרט, נישטאָ קיין לעבן פון אַ שאַפערישן ציבור. מיר זיינען איצט אפילו קיין עדה נישט! יעדער איינער אין זיין ווינקל, יעדער איינער אין זיין געצעלט, הגם עס האַלט שוין ביים איינפאַלן... אונדזער נשמה, װאָס האָט זיך געריסן צום לעבן און צום ליכט פון מאָרגנדיקן טאָג, איז איינגעװויקלט אין טרויער, און די װאָס האָבן געהאָפט אויף אַ צוקונפט, און זי איז נישט געקומען, אויף אַ געגנװאַרט --- און זי איז נישטאָ, --- צעקריכן איינציקווייז און שטילערהייט קומען זיי צוריק אין אונדזער אַלט-אַלטן בית-המדרש, זיי ציען אַרױס די אַמאָליקע כתבים און די גרויסע פּאַרמעט-ספרים פון אַלמער, זיי בלאָזן אַראָפּ דעם שטויב, עפענען זיי מיט אַ שווער געמיט און זיי באַטראַכטן די שאָטנס, װאָס שטייען אויף פון זייערע קברים,?

צו אַזאַ מין געמיט האָט געבראַכט מ. י. ב, זיין יאָרנלאַנג לעבן אין דער פרעמד און זיין אָפּנעריסנקײט פונעם רעאַלן אַרומיקן יידישן לעבן,. ער האָט נישט געזען די נייע כוחות, װאָס רייסן זיך אַריין אין דער וועלט, אין דער געזעלשאַפט, ער האָט נישט געשפּירט די נייע כוחות אין דער יידישער וועלט.

אין יענע צייטן, מיט אַ יאָר פערציק-פופציק צוריק, איז נישט געווען כמעט קיין איין אויסגאַבע, קיין איין צייטונג, וואו מ. י. ב. זאָל עפּעס נישט האָבן פאַר- עפנטלעכט, -- אַ דערציילונג, אַרטיקל, באַמערקונגען, נאָטיצן, מ'װואָלט געקאָנט מיינען, אַז ער איז געווען אין סאַמע מיטן פון די טומלדיקע ;ליטעראַרישע יאַרידן" אין װאַרשע, ווילנע, אָדעס, בערלין, קראָקע. אָבער מ. י. ב. איז אַלע זיינע יאָרן געווען אָפּגעזונדערט אין אַ דייטשישער פאָרשטאָט, זיינע פריינד מיטצייטלער, באַוואוסטע העברעאישע שרייבער, האָבן דערציילט מיט פאַרגאַפונג וועגן דעם אויסטערלישן אַרט לעבן, װאָס מ. י. ב. האָט אַ פּאָר צענדליק יאָר געפירט אין די מרחקים, ווייט פון די יידישע קולטור-צענטערס.

מיר װועלן דאָ ברענגען אַ פּאָר אויסצוגן פון די אַרטיקלען פון זיינע מיטצייט" לער וועגן אים,

3

ראובן בריינין פאַרצייכנט (אין זיין טאָג-בוך פון 22-סטן יוני, 1907*=), וועגן זיינע באַגעגענישן מיט מ. י. ב, : ;אַז איך בין אין אַפּריל היי-יאָר (1907) געווען אין ברעסלוי (דייטשלאַנד) האָב איך באַזוכט מ, י. ב, אין זיין הויז. אַ פינף יאָר האָב איך אים נישט געזען, אין לויף פון עטלעכע יאָר איז ער געוען אַן אַרײנ- גייער אין מיין שטוב. נאָך איידער מיר האָבן זיך פּערזענלעך באַקענט אין בערלין אין 1892, ווען איך בין געפאָרן פון פּאַריז קיין ווין דורך בערלין, האָבן מיר איינער

*) כל כתבו ר. בריונין --- כרך 8, רשימות זזכרונות, ניו-יאָרק, 1940, ז"ז 198-198,

מיכה יוסף בערדיטשעוסקי 69

דעם אַנדערן געשריבן בריוו ממש אין די טויזנטער. מיר האָבן כמעט אין איין צייט אָנגעהויבן אונדזער ליטעראַרישע טעטיקייט אין דער העברעאישער ליטעץ- ראַטור. ער איז געקומען מיט איין יאָר פאַר מיר... פאַר מיינע אויגן האָט ער אַדורכגעמאַכט זיינע אַלע פאַרשיידענע גלגולים. פאַר מיינע אויגן האָט ער געביטן און געענדערט זיינע ליטעראַרישע און גייסטיקע פאָרמען, איך האָב זיך גוט צו" געקוקט צו אַלע זיינע מעטאַמאָרפאָזן, איך האָב צוגעזען, וי עס זיינען אויפגעקומען זיינע האָפענונגען, שטרעבונגען, בענקשאַפטן און ליטעראַרישע פאַרמעסטן"

;דאָס אַלץ -- שרייבט ר. בריינין -- האָט אַ בליץ געטאָן אין מיין מוח, ווען מיר האָבן זיך באַגעגנט אין זיין הויז,. מיטאַמאָל זיינען אַדורך פאַר מיר אַלע ליטע- ראַרישע געשעענישן, די פּערזענלעכע קעגנזייטיקע באַציאונגען, ליבשאַפט און שנאה, פאַרערונג און קעגנערשאַפט, באַגעגענישן און צעשיידונגען. און אָט שטייט פאַר מיר בערדיטשעווסקי --- אַ נידעריקער, דאַרער, אַן אויסגעטריקנטער, אַ גע- גאָלטער, מיט קורצע גרוילעכע האָר, אַ קורצזיכטיקער, מיט אַ דינער און הייזע- ריקער שטימע, מיט באַרעכנטע באַװעגונגען.... מיר האָבן געשמועסט עטלעכע שעה אָן אַן איבעררייס, מיר זיינען געשפּרונגען פון איין פראַגע צו אַן אַנדערער, ביי איינע זיך לענגער אָפּנעשטעלט, אַנדערע -- בלויז באַרירט. איך האָב מיט גרויס אויפמערקזאַמקײט זיך צוגעקוקט צו אים און דערזען, אַז בערדיטשעווסקי געפינט זיך איצט אין אַ צושטאַנד פון אַ נייער אַנטפּלעקונג. יעדנפאַלס, אַזױ גלויבט ער גופא. ער זוכט, ער שטרעבט איצט צו מער קלאָרקייט, העלקייט, און אַז ער גייט אַװעק, אַזױ גלויבט ער, פון דער טונקלקייט, פון דער מעטאַפיזיק, פון דער געהיימנישפולקייט. ער גאַרט ליכטיקייט, אָבער מיר דוכט, אַז ער וועט קין מאָל נישט דערגרייכן, ווייל לויט זיין כאַראַקטער איז ער נישט מסוגל פאַר אַ גאָר געזונטער און לאָגישער טעטיקייט, פאַר אַן אָרגאַניזירטער און פּלאַנמעסיקער אַרבעט. און דעריבער ליידט פון דעם אויך זיין סטיל און שפּראַך. אפילו די גע- דאַנקען, װאָס זיינען פאַר אים קלאָר, אפילו די סאַמע פּשוטע און לאָגישע געדאַנקען דריקט ער אויס אין אַ ניט-גאָר לאָגישער, צעבראָכענער שפּראַך... "

ראובן בריינין האָט דאַן געזען אין בערדיטשעווסקין אַ מענטש, װאָס ;זיינע שיפן זיינען אים װוי אונטערגעגאנגען", וי איינעם, װאָס ;זיין דור איז פאַרשוואונדן?. און ער אַליין איז פאַרבליבן און ער קאָן זיך נישט צופּאַסן צו די פּראָבלעמען פון דער צייט, פון דעם יידישן פאָלק און פון דער װוצלט..,

וי שטאַרק ס'איז אָפּטמאָל געווען די פאַרצווייפלונג פון מ. י. ב. און זיין טיפע פאַרלױירנקייט, דערציילט אונדז בערדיטשעווסקיס טאָג-בוך, וואו ס'ווערט איבער- געגעבן וועגן י. ח. ברענערס באַזוך ביי אים אין ברעסלוי. י. ח. ב. פאַרלאָזט לאַנדאָן (פעברואַר 1908), וואו ער האָט אַרױסגעגעבן דעם העברעאישן זשורנאַל ;המעורר", וועלכן ער אליין האָט געזעצט. י. ח. ב. איז געפאָרן זוכן אַרבעט קיין לעמבערג און אויפן וועג האָט ער אָפּגעשטאַט אַ וויזיט בערדיטשעווסקין. דאָס

10 נחמן מייזיל

איז געווען זייער ערשטע און איינציקע באַגעגעניש. נאָך דעם וי זיי האָבן פאַר- בראַכט עטלעכע שעה, איז י. ח. ברענער אַװעקגעפאָרן, און מ. י. ב. האָט פאַר- צייכנט אין זיין טאָג-בוך (װאָס ער האָט געפירט אין דייטש) צװישן אַנדערע פאָל- גנדיקע שורות : ;אַ לענגערע צייט נאָך זיין אַװעקפאָרן האָב איך ניט געקאָנט קומען צו זיך. די אַלט-אַלטע יידן-פראַגע, װאָס כ'האָב שוין לאַנג גערעכנט, אַז זי האָס אויפגעהערט צו עקסיסטירן, האָט זיך ווידער דערװועקט אין מיר. פאַרװאָס ליידט ברענער אַזױ פיל מוראדיקע יסורים ? פאַרװאָס װערט ער געיאָגט פון לאַנד צו לאַנד ? וואוהין לאָזט ער זיך ? װאָס שטייט אים פאָר ? און װאָס עס איז באמת מוראדיק און גרויזאַם, װאָס פאַר זיך איז אָט דער מענטש, לויט זיין גייסט, גאָר קיין ייד נישט, ער פאַרשעלט גאָר דאָס יידישקייט, ווייל ער זעט װוי עס גייט צום גרונט, און אפשר וויל ער עס גאָר,... אין קיין שום באָדן קאָן ער זיך נישט אײינװאָרצלען, ווערט ער אַזױ געיאָגט און געשטויסן צו יידישקייט, װאָס איז אים דערווידער, אָ, מיין האַרץ האָט געפּלאַצט, ווען כ'האָב אים געזען אין אַזאַ צושטאַנד,"

דעם זעלבן טאָג האָט מ. י. ב. געשריבן אַ טיף-פּיינלעכן און פאַרצווייפלטן בריוו צו י. ח. ברענער, וואו ער פרעגט אים צווישן אַנדערן: ,צוליב וועמען באַ- מיען מיר זיך ? און צוליב װאָס ? כמעט די סאַמע געציילטע לעצט-פאַרבליבענע קענען נישט איינער דעם אַנדערן, און אפשר איז עס גאָר אַ גליק פאַר זיי און פאַר אַלעמען, זאָל טאַקע איינער פונעם צווייטן גאָרנישט וויסן, װעט איינער דעם אַנ- דערן נישט ועקן, און יעדער װעט זיך אָנצינדן אַ ליכטל ביי זייך אין דער היים, ביז עס וועט פאַרלאָשן ווערן,"

אינעם זעלבן בריוו (פון 8-טן פעברואַר 1908) דערציילט מ. י. ב. אַז ;טעג און יאָרן זיינען ביי מיר פאָריבער און איך האָב נישט געלייענט און נישט גע- שריבן קיין העברעאיש, ווייל איך בין געווען טיף אַנטוישט אין אונדזערע שרייבער און אין דער ליטעראַטור,.. אַלץ האָט זיך געענדערט און ס'איז וי אַ חלום, װאָס איז פאַרשוואונדן.... * (העברעאישער זאַמלבוך אי. ח. ברענער", תל-אביב, 1944, זיז 112---114),

4

אינטערעסאַנטע שטריכן צו דער בערדיטשעווסקי-געשטאַלט ברענגט רב צעיר (פּראָפּ. ח. טשערנאָוויץ) אין זיינע זכרונות וועגן מ. י. ב. : ,פיל האָבן געלייענט און געלערנט די ווערק פון מ. י. ב., אָדער וי ער האָט זיך דערנאָך אָנגערופן בן-גריון, --- הייבט אָן זיינע באַמערקונגען רב צעיר -- וועלכער האָט אַרײינגעבראַכט אַ מהומה אין דער יידישער וועלט, אַז ער מאַכט אַ תל פון אַלץ און פון אַלעמען... די אַלטע האָבן אים באַװאָרפן מיט שטיינער, און די יונגע זיינען געווען זיינע חסידים, אים אָנגעטאָן אַ קרוין פון אַ ;רבין", און געכאַפּט שיריים פון זיין טיש, װוײיניק אָבער האָבן געקענט דעם מענטש בערדיטשעווסקי אין זיין היים, וואו ער איז געווען אַן איינזאַמער, אַ מין נזיר אין זיין הויז אויף פרידענהאָף. .. * רב צעיר

מיכה יוסף בערדיטשעוסקי 11

גיט איבער אינטערעסאַנטע פּרטים פון בערדיטשעווסקיס לעבן, פון זיין פאַר- שײידנאַרטיקן שרייבן, אָנגעהויבן פון זיינע לומדישע פּשטלעך און פּלפּול-אײן- פאַלן, װאָס ער האָט נאָך געחתמעט מיטן נאָמען ;הרב מיכה יוסף בהר"א באַרדי- טשעווסקי אב"ד בדובאווא?. ער דערציילט וועגן די ווייטערדיקע איבערװאַנד- לונגען און שטעלט זיך אָפּ אויף זיינע קענטענישן און אייגנשאַפטן. ער באַטאָנט, אַז ;בערדיטשעווסקי שבעל-פה איז געווען פיל גרעסער פון בערדיטשעווסקי שבכתב.* (דאָס מיינט אין ריידן, װי אין שרייבן... ).

רב צעיר דערציילט וועגן דעם פּעריאָד ביי מ. י. ב. צוישן פאַרלאָזן דעם בית:המדרש און זיין אַרײינטרעטן אין דייטשישן אוניווערזיטעט. ;אָט-די צייט איז אַ פאַרהוילענע אין זיין לעבן... אין אָט-די קריזיס-יאָרן האָט ער זיך וי אויסבאַהאַלטן, ער האָט געוואוינט עטלעכע יאָר אויך אין אָדעס און זיך פאַר קיינעם נישט באַװויזן. ער איז געווען אַ ;נסתר", אָן דעם כאַראַקטער פון אַ ר' לייב שרהס, אַליין האָט ער געזען, אָבער אים האָט קיינער נישט געזען. ער האָט פאַרמאָגט אין זיך שטריכן פון אַ חסידישן רבין, אויך נאָך דעם, װוי ער איז שוין אַנטפּלעקט געװאָרן,. ער האָט אָבער קיין טישן נישט געפּראַװעט, וייל זיינע חסידים זיינען געווען פאַנאַנדערגעשפּרײט איבער דער ועלט. וען ער װאָלט געלעבט מיט אַ הונדערט יאָר פריער, װאָלט ער געווען אַ מין צדיק, װאָס טרעט אַרױס קעגן זיינע רביים, אַ צדיק, װאָס האָט זיך זיין אייגענעם דרך, וי אַמאָל ר' נחמן בראַסלאַװער, װאָס זיינע חסידים קומען נאָך אַלץ אויף זיין קבר, און װאָס מ'פלעגט דערציילן אויף אים, אַז ער טרייבט אַרױס זיינע חסידים, וועלכע רייסן זיך אַרײין אין זיין ?יחידות?-שטיבל, און ער פלעגט זיי באַלײידיקן און אַמאָל איז ער אפילו אַנטלאָפן פון זיי און פאַרשוואונדן. אַזױ אויך מ, י, ב,, ער איז געווען אַ רבי, ער האָט געטריבן פון זיך די חסידים, ער איז אַנטלאָפן פון זיי, זיי האָבן פונדערווייטנס געכאַפּט ;שיריים? פון זיין טיש. זיין איינזאַמקײט און התבודדות האָבן אים אַ סך צוגעהאָלפן אַדורכצומאַכן פאַרשיידענע גלגולים, וייל ווען ער װאָלט געווען פאַרבונדן דירעקט מיטן לעבן און מיט דער געזעלשאַפט, װאָלט ער אַזױ לייכט ניט געקאָנט זיך אָפּרײסן פון איין וועלט און אַרײינשפּרינגען אין אַ צוויי" טער. אַזױ אָבער וי ער איז געווען אַליין מיט זיך, האָט ער זיך אַלץ מער קאָנ- צענטרירט אין זיך, געלעבט און אויסגעלעבט זיך אין די אייגענע באַהעלטענישן און געשפּאַצירט מיט זיינע געדאַנקען פון איין װועלט אין דער צווייטער, פון איין היכל (הייכל --- פּאַלאַץ) אין אַנדערן, װי דער בעל-שם אין זיין צייט, איידער ער איז נתגלה געװאָרן אין זיין פולער געשטאַלט און געװאָרן אַ פירער פון זיין דור,,,"

;ביי אונדזער ערשטער באַגעגעניש אין ברעסלוי --- שרייבט רב צעִיר -- האָט מיך בערדיטשעווסקי איבערראַשט מיט זיינע תלמודישע און געשיכטלעכע ידיעות, און בכלל מיט דער נאָענטקייט פון זיין וועלט-באַנעם מיט דער אַלטער יידישקייט, נישט געקוקט אויף דעם, װאָס ער איז באַקאַנט געווען װוי אַ שטאַרקער

72 נחמן מייזיל

קעגנער פון דער אַמאָליקער יידישקייט. ער איז געווען אַ טיפער קענער פון דער תנ"ך-וויסנשאַפט, פון דער אַמאָליקער און מאָדערנער, און געהאַט זיך זיינע איי" גענע וועגןדשטעגן אין דער ביבל-קריטיק. אייניקע פון זיינע פאָרשונגען האָס ער פאַרעפנטלעכט אין דייטש. אָט- די אױיספאָרשונגען זיינען אַ קאַפּיטל פאַר זיך, און זיי װאַרטן אויף זייער אויסלייזער, װאָס זאָל איבערגעבן זייער אינהאַלט אין דער געהעריקער באַלױכטונג. בערדיטשעווסקי איז געווען אַ גרויסער ?מתמיד", ער האָט געקויפט און געלייענט אַלץ, װאָס איז געשריבן געװאָרן וועגן יידנטום אין העברעאיש און אין אַנדערע שפּראַכן ער איז נישט געווען גלאַט אַזױ אַ ליי- ענער, ביים לייענען האָט ער פאַרצייכנט דעם איינדרוק, װאָס דאָס ווערק האָט אויף אים געמאַכט. די פאַרצייכענישן זיינען געווען פון אַ פריינט, פון אַ מיט" שותף צו דער אַרבעט און נישט פון אַ קריטיקער, װאָס שטייט זיך אָן דער זייט און זאָגט אַרױיס זיין גוטע אָדער שלעכטע מיינונג. ער האָט זיך דערנענטערט צום מחבר, אַריינגעדרונגען אין זיין וועזן, און בשעת מעשה געװאָרן װי אַ מיט" שאַפער פון דעם שרייבערס מעשה-בראשית.... "

און ריכטיק זאָגט רב צעיר, אַז ,בערדיטשעווסקי האָט געשעפּט פיל יניקה פון די פאָלקס-קװאַלן. און מער װי ער האָט געשעפּט יניקה פון ספר, האָט ער געשעפּט פון דעם לעבן. דאָס לעבן און דער ספר זיינען געווען ביי אים ענג פאַר" בונדן. זיין כוח האָט ער באַװיזן אין זיינע דערציילונגען. -- ;קורצע ראָמאַנען", ,בין החומות? (צווישן מויערן) און אַנדערע זיינען שיינע און וואונדערלעכע לע- גענדעס, זיינע פאָלקס-מעשיות און בילדער דערמאָנען אין אַ געויסן זין די לעגענדעס פון תנ"ך-צייטן און פון די צייטן פונעם צווייטן ביתיהמקדש... בער" דיטשעווסקיס פאָלקס-מעשיות און לעגענדעס, --- די װאָס שטאַמען פונעם לעבן און די װאָס זיינען גענומען פון ספרים, זיינען שטאַרק ענלעך צווישן זיך, ווייל איין פאָטער האָט זיי געבוירן... " *). |

5

אַ טרעפלעכע אָפּשאַצונג פון מ. י. ב. און פון זיין אײיגנאַרטיקן שאַפן גיט בערל קאַצענעלסאַן אין זיין אינטערעסאַנטער בערדיטשעווסקי-אָפּהאַנדלונג, געשריבן נאָר מ. י. ב.יס טויט.

צווישן אַנדערן זאָגט בערל קאַצענעלסאָן : ;דריי זיינען זיי געווען, װאָס האָבן מיט זייער געבענטשטער האַנט אַרײנגעבראַכט דאָס חסידות אין אונדזער ליטע- ראטור : בערדיטשעווסקי, פּרץ, יהודה שטיינבערג. כראָנאָלאָגיש איז בערדי" טשעווסקי געווען דער ערשטער. אָבער דאָס איז נישט דער עיקר. װאָס ס'איז באזונדערס וויכטיק: בערדיטשעווסקי האָט נישט סטיליזירט זיין חסידות, נישט אויסגעפורעמט זי אין אַ דיכטערישער פאָרם, אויך נישט געשאַפן פון איר קיין

*) רב צעיר --- מסכת זכרונות, ניו-יאָרק, 1948, ז"ז 229-917,

מיכה יוסף בערדיטטעווסקי 8!

פּראַבלעמען. ער אַליין איז געווען אַ טייל פון חסידות, די חסידות גופא, געשטאַמט פון איר מקור, געווען איינער פון בעל-שם-טובס טרייע תלמידים... און טאַקע פון דעם מקור, פון די אמתע חסידישע קװאַלן, װאָס איז נישט געווען אויסגע- טראַכט אוז אױיסגעפאַנטאַזירט, האָט אויך געשטאַמט זיין אפּיקורסות, זיין בונט און זייז שטרייט מיט גאָר דער יידישקייט-:מסורה. צום ערשטן מאָל אין אונדזער נייער תקופה איז דורך בערדיטשעווסקין אַנטפּלעקט געװאָרן אַ נייע אפּיקורסות, אַן אומראַציאָנעלע, נישט פאַרבונדן מיט דער השכלה; ס'איז געווען אַ שטרייט נישט קעגן דער פאַרנונפט, נאָר גאָר אַן אנדערער, אַן אפּיקורסות קעגן דעם לעבנס- שטייגער, אַן אָפּלײיקענונג אין דעם געשיכטע-גאַנג, אַ בונט פון די חושים, פונעם האַרץ, פונעם לעבעדיקן מענטש. ער, דער איינצלנער, דער איינזאַמער, װאָס האָט אַרום זיד קיינעם נישט געהאַט, האָט געװאַנט אויפצוהייבן אַ האַנט קעגן דעם כוח, װאָס זיין נאָמען איז יבנה יאַוונע). ער איז געװאָרן אַ באַקעמפער פון אונדזער פאַלקס-געשיכטע, פון אונדזער טראַדיציאָנעלן וועלט-באַנעם. ער האָט געמאַנט די היסטאָרישע קריוודע פון די קנאים, פון די בונטאַרן, װאָס די אַלטע יידישע מסורה האָט פאַרשעמט און באַלײידיקט, די קריוודע פון אלישע בן אבויה, פון ענן, פון די אַלע, װאָס זיינען אַרײנגעװאָרפן געװאָרן אין חרם פאַר זייערע פרייע גע- דאַנקען. די נעמען אחר, בן-גריון זיינען געװאָרן זיינע סינאָנימען, זיינע ביי- נעמען..." |

און ווייטער זאָגט בערל קאַצענעלסאָן וועגן מ. י. ב,, אַז ;ער האָט פיל יאָרן זיך פאַרטיפט אין די יידישע אגדות, געגראָבן כסדר ברונעמער אין דער יידישער אגדה און געשעפּט פון דאָרטן?, און גאָרנישט אין פאַרגלייך מיט אַ צווייטן, מיט ח. נ. ביאַליק, וועלכער האָט אויך געזאַפּט פון לעגענדעס, אָבער אַזעלכע, װאָס מ'קאַן זיי אויפנעמען און שאַפן פון זיי אַ נייע טראַדיציע, --- ;האָט מ. י. ב, גע- בראַכט אונדז אַ גאָר אַנדערן מין, װאָס איז אין גאַנצן געווען אין זיין פאָרם און געשטאַלט?. ער האָט אַרײנגעבראַכט ;די אונטערשטע וועלט פונעם יידישן גייסט : די פאַלשע משיחים, די גאולה-אָנזאָגער, די זינדיקע, די בעלי-תשובות, די אמּי-" קורסים, די ליידנדיקע, די, װאָס איילן צו דעם קץ (סוף, אויסלייזונג)?, ער האָט אַרײינגעבראַכט די וועלט פון שרעק און מורא, די וועלט פון תאוות און בענק- שאַפט, פון זינד און שטראָף, פון ראַנגלענדיקע גייסטער, -- דאָס איז די יידישע מיטאָלאָגיע, װאָס אונדזער מסורה האָט פיינט געהאַט און געווייכט פון איר. ער האַט נישט אויסגעקליבן און נישט אַנאַליזירט, וועלכע פון זיי --- ווער ווייסט -- זיינען גאַר אַרײנגעפאַלן בגנבה אין אונדזערע הייליקע ספרים,,. "

קאָבער נישט בלויז דאָס --- שרייבט בערל קאַצענעלסאָן --- האָט ער אונדז געבראַכט פון זיינע ווייטקייטן. דאָס האַרץ האָט מיר תמיד געזאָגט, אַז דאָס אַלץ איז אייגנטלעך נישט מער וי אַ שטאָף, װי ראשי-פּרקים, וי אָנדייטונגען פאַר זיין אייגענער אגדה, װאָס ער אַליין איז געווען איר שאַפער,. יעדנפאַלס איז עס געווען

74 נחמן מייזיל

בלויז אַ צווייג פון אָט דעם גרינעם בוים, װאָס האָט ניט אויפגעהערט צו ברענגען פרוכט. ער האָט געשטיגן פון מדרגה צו מדרגה, פון איין ספערע אין דער אַנדע- רער. איך װויל ניט אויסרעכענען די מדרגות, די שטופעס. װאָס פאַר אַ װוערט האָבן דאַ באַגריפן קעגן די גרויסע יידיש-מענטשלעכע וערק וי ?מהעבר הקרוב" (פון דער נאָענטער פאַרגאַנגענהייט) און ;מעמק החיים" (פון די טיפענישן פון לעבז). מ'דאַרף לעבן און איינלעבן זיך מיט זיי... ? (ב. כצנלסון -- ;בחבלי אדם" תל-אביב, תש"ה זיז 197 -- 200).

6

ס'איז פון גרויס וויכטיקייט צו באַטאָנען די טיפע קעגנזייטיקע פאַרשטענ- דעניש, װאָס איז געווען צוישן מיכה יוסף ב. און זיין בן-דור י. ל. פּרץ, -- דער גרויסער אומרואיקער קינסטלער, װאָס האָט אויך אַלע יאָרן זיך געראַנגלט מיטן פּראַבלעם און מהות פונעם יידישן גייסט און געזוכט פאָרמען און מיטלען וי אַזױ אַרױסצובאַפרײען דעם יידישן גייסט פון זיין פאַרגליווערטקייט. וועגן דעם געמיינזאַמען גאַנג פון אָט-די צוויי גרויסע גייסטער און פערזענלעכקייטן מוז מען באריכותדיקער רעדן און אויך באַטאָנען זייער כמעט גלײכצייטיקן קומען און דערנענטערן זיך צום פאָלקסטימלעכן, -- לכתחילה, צום חסידישן מקור און דערנאָך -- צום אמת-פאָלקישן.

וי טיף-פאַרשיידן פּרץ און בערדיטשעווסקי זיינען נישט געוען, סיי לויט זייערע כאַראַקטערן און סיי לויטן אַרט אויפנעמען און באַציען זיך צו יידישע און וועלט-פּראָבלעמען, זיינען דאָך געווען צווישן זיי אייניקע גאַנץ-באַדײטג- דיקע באַריר-פּונקטן. מ. י. ב, איז געווען אויף אַ 14 יאָר יינגער פון פּרצן, אָבער ס'איז קיין ספק נישט, אַז אַ שטיק וועג אין זייער גאַנג און דערנענטערונג צום חסידישן און פאָלקס-שאַפן, האָבן זיי דורכגעמאַכט אינאיינעם, הגם געטריבן פון גאַר אַנדערע כוחות. כמעט אין איין צייט, אין די יאָרן 21889--1901 ווייזן זי אַרױס ביידע, און יעדער איינער אין זיין ווינקל, אין זיין וועלט, אַ טיף-אינע- ווייניקסטע פאַראינטערעסירונג צו די נשמהדיקע אוצרות פונעם ערשט נישט- לאַנג-פאַרשריגענעם חסידות. אַז מ. י. ב. איז געװען שטאַרק פאַרגאַפט פון פּרצעס חסידישן שאַפן, זאָגט עדות זיין, בערדיטשעווסקיס, אַרטיקל, געשריבן אין 1901 (אין נ, סאָקאָלאָווס "ספר השנה"), דאָרטן האָבן מיר אַזעלכע שורות װי : ;אויף אַזאַ דיכטונג האָב איך אַלע מיינע יאָרן אויסגעקוקט, מיין נשמה איז אויס- געגאַנגען נאָך דעם, און זי, די דיכטונג, שטייט איצט פאַר מיר מיט איר גאַנצער פּראַכט און הויך, מיט גאָר דער לויטערקייט פון איר קול, מיט איר גאַנצן מהות און כוח", און ווייטער : ;דאָס חסידות פון י. ל. פּרץ איז דער שיר השירים אין אונדזער נייער ליטעראַטור און איר שענסטע קרוין. װוי ואונדערבאַר עס איז זיין ;משנת חסידים", װוי דערהויבן זיינען די ;מקובלים?. ס'איז נישטאָ קיין גלייכן צו זיין ,השמחה במעונו", און ס'איז נישטאָ קיין גרעסער ווערק וי ,צווישן

מיכה יוסף בערדיטעעווסקי 3

צוויי בערג", זיינע ?שיחת חסידים" און ,אויב נישט נאָך העכער" זיינען טייערש דימענטן ; זיין ,נייער ניגון? איז אַ ;שיר היחוד", װאָס האָט קיין ענלעכס נישט צו זיך.., *!

אַז פּרץ האָט געהאַט אַ ספּעציעלן אינטערעס פאַר מ. י. ב. און זיין שאַפן ווייזן אונדז די עטלעכע בריוו, װאָס פּרץ האָט געשריבן צו בערדיטשעווסקי, וואו פּרץ רעאַגירט שטאַרק און טרעפלעך אויף אייניקע אַרױסזאָגונגען פון מ. י. ב, מיט אַ באַזונדערער ליבע און פאַרערונג װאָרגט פּרץ זיין יינגערן פריינט פאַר די געפאַרן, װאָס שטייען פאַר אים אין זיין בלאָנדזשען און באַזונדערס פון דעם איינפלוס פון ,די אומריינע פרוכט פון ניטשעס עץ-הדעת, פון זיינע חברים, תלמידים, , , * *),

7

מ. י. בערדיטשעווסקי איז געווען אַ שאַרפע סתירה, אַ קעגנזאַץ צו אַ צווייטן יידישן שרייבער-דענקער, װאָס האָט אין זיין צייט געווירקט אין דער יידישער וועלט און אין דער העברעאישער ליטעראַטור --- אחד-העם (1856--1927). הגם ביידע זיינען אויפגעװואַקסן און זיך אַנטװיקלט כמעט אין איין צייט און אין איין סביבה. ביידע האָבן זיי געשטאַמט פון דער יידישער אוקראינע: אחד-העם --- פון קיעווער געגנט, בערדיטשעווסקי --- פון פּאָדאָליע ; ביידע --- בן-טובימס, געבוירן און אויפגעצויגן אין רבנישע הייזער, מקורבים צו רבישע הויפן: אחד-העם איז געבוירן אין 1856, בערדיטשעווסקי --- אין 1865, אָבער וי פאַרשיידן זיינען זיי מיט זייערע כאַראַקטערן און לעבנס- און שאַפונגס-וועגן! דער ערשטער -- דורכאויס הלכה, דאָגמע, לאָגיק, געדאַנק, די הערשאַפט פון ווילן. דער צווייטער -- אגדה, אַ ברויזנדיקער, אַ זיגזאַגישער, מיט שטענדיקע ספקות און װאַקלענישן : ביים ערשטן -- אַ געפלאַסטערטער וועג, אַ פעסטער באָדן, צילאָנגעװענדט און באַשטימט, און ביים צווייטן --- געהיימע לאַבירינט-וועגן, אָפּטמאָל אָן אַ זיכערן וויסן וואוהין דער וועג פירט,. דער כסדרדיקער פעסטער פּלאַן ביים ערשטן און אָט-אַהער און אָט-אַהין --- ביים צווייטן,

אחד-העמס ווייטערדיק דענקען, זיין שרייבן און טעטיקייט --- זיינען געווען פּירושים צו די ;עשרת-הדברות", װאָס ער אַלײן האָט געגעבן פון זיין אייגענעם באַרגיסיני ; אַלץ װאָס ער האָט געשריבן אין די שפּעטערדיקע יאָרן זיינען געווען צוגאַבן צו דעם עיקר, װאָס איז דורך אים אַרױיסגעזאָגט געװאָרן אין זיינע ערשטע אַרטיקלען. אחד-העם איז געווען אַ חסיד, אַ טרייער חסיד פון זיך גופא, ער איז געווען און פאַרבליבן פאַרגלויבט אין זיין אייגענער לערע. גאָר אַנדערש איז געווען

) זע: א. ר. מלאכו -- פּרץ און מערדיטשעווסקי --- ,יידישע קולטור", 1948, נומ! 8, ז"ז 88-48: אויך: נ. מויזיל -- פּרץ, --- זיין לעבן און שאַפֿן -- נ"י, 1045, ז' 1808 וי אויך דעם קאַפּיטל ו. ?, פּרץ און מ. י. בערריטשעווסקי? אין נ. מיוזילס , י. ל. פּריץ אוון זיין דור ישרויבער", נ"י, 1957, זו"ז 847-888.

6 | = נחמן מייזיל

בערדיטשעווסקי. ער האָט שפּעטער שאַרף געלייקנט און געצווייפלט אין דעם, װאָס ער האָט אַפריער פאַרטיידיקט, זאָגט טאַקע גאַנץ אָפנהאַרציק מ. י. ב. אין זיין הקדמה צוב בוך ;בדרך* (בערדיטשעווסקיס הקדמות צו זיינע אַלע פאַרשיידענע ווערק זיינען אַ וויכטיקער צושטייער צו זיין געשטאַלט, צו זיין געדאַנקען"גאַנג!): ;דאָס װאָס עס איז געווען ביי מיר גאָר אַ זיכערע זאַך, איז מאָרגן געװאָרן איג- גאַנצן ספק. מיינע װערק זיינען רינגען אין דער קייט פון מיינע געדאַנקען און פראָגן.... מיין גייסט האָט פאַרמאָגט פליגלען, איך האָב געהאָפּט צו געפינען אַ פרייען פּלאַץ דורך דעם, װאָס כ'וועל פאַנאַנדערװאַרפן די גרענעצן.*

און נאָך עפּעס: זינט 1890, ווען מ. י. ב. איז אַלט געווען 25 יאָר, האָט ער פאַרלאַזט היים און משפּחה, יידישע סביבה און יידישע וועלט, און איז פאַרװאָגלט געװאָרן אין פאַרשיידענע אוניווערזיטעט-שטעט, זיך באַהאָפּטן מיט ליב און לעבן צו דער מערב-אײיראָפּייאישער ליטעראַטור, געלערנט און געשטודירט, אַרונטערגעפאַלן אונטער די השפּעות פון די דייטשישע װאָרט-זאָגער און דענקער. און דאַך איז נישט געווען קיין איין זאַך, קיין איין דערשיינונג אינעם לעבן און אין דער ליטעראַטור פונעם יידישן פאָלק, ער זאָל ליידנשאַפטלעך נישט רעאַגירן אויף דעם,

8

מ, י. ב. איז יאָרן געווען װוי אַ פאַרבלאָנדזשעטער אין אייגענע לאַבירינטן, --- גייסטרייכע און געפילפולע. געצווייפלט און געלייקנט, האָט ער פאַרלאַנגט אַ נייעם גאַנג אין יידישן געדאַנק, אַ נייעם פאַרמעסט פון די שאַפערישע יידישע כוחות. אָבער אין סאַמע שװערסטן געראַנגל מיטן יידישן גאָט, האָט ער גאָר גענומען צופאַלן צו די אַלטע יידישע קװאַלן און גענומען זוכן שיינקייט, פּערל, אוצרות אין דעם יידישן אַמאָל, ער האָט אויף זיין אייגנאַרטיקן שטייגער און מעטאָד אַנגעהויבן זיך גריבלען אין די חסידישע מעשיותי

זיין ענשמת חסידים", געשריבן סוף 19-טן יאָרהונדערט, ענדיקט מ. י. םב ;אויך איך, נאָך מיינע אַלע גייסטיקע און אינעװייניקסטע גלגולים און איבער- װואַנדלונגען, נאָך די אַלע עבודה"זרה'ס װאָס איך האָב זיי געדינט אין מיין האַרץ און מוח סיי אין די יידישע און סיי. אין די נישט-יידישע געצעלטן, נאָך די גרויסע און לאַנגע טעותן, װאָס איך האָב געמאַכט אין לעבן און אין דער וועלט מיט די אַלע ליכט און שאָטנס -- איצט שיינט צו מיר אַרײן אַ מין ליכט פון די באַהעלטענישן... ?"

און װידעראַמאָל חזרט זיך איבער ביי בערדיטשעווסקין, װאָס עס איז געשען ביי אים פריער : איידער ער קומט מיט עפּעס אַ ניי װאָרט, מיט נײיע געדאַנקען און געפילן אין דער עפנטלעכקייט, מאַכט ער עס אַלין אַדורך פי" בעריש און ווייטיקדיק אין די אייגענע טיפענישן פון האַרץ און מוח. און דערביי איז באַזונדערס וויכטיק נאָכצופאָלגן דעם כסדרדיקן גאַנג ביי בערדיטשעווסקין

מיכה יוסף בערדיטעעווסקי 77

פון זיין רשות היחיד צום רשות הרבים, פון זיין אייגענער אינעװײיניקסטער אינטימער וועלט צום עולם, צו דער עפנטלעכקייט. די גרענעצן פון דעם יחיד און רבים, פונעם איינצלנעם און כלל, זיינען ביי אים צונויפגעמישט נישט צום אָפּטײלן,. זאָגט טאַקע בערדיטשעווסקי אין זיין ספר ;מני קדם* (פונעם אַמאָל) : 2. עס טרעפט, אַז דו װילסט זוכן און אויפנעמען בלויז די פרוכט פונעם ציבור, דו ווילסט הערן די שפּראַך פון גאָר דעם פאָלק, -- קומט גאָר דאָס ברומען פון יחידים, פון איינצלנע, און פאַרכאַפּט דיין נשמה. און אָפט פאַר- קערט, דו פאַרלאָזט דעם ברייטן וועג און לאָזט זיך אויף זייטיקע שטעגלעך, און עס הערט זיך גאָר אין די ווייטע הימלען דאָס קרעכצן פונעם פאָלק. עס זיינען אויפגעריסן די גרענעצן צווישן אויבן און אונטן, --- אָט ווילן מענטשן זיך דערהייבן און ווערן גלייך צו געטער, און אָט קומט גאָר דער שטן, דער טייוול, און קעמפט מיט זיי ביידן , , , ?

דאָס געטלעכע און מענטשלעכע האָבן אַזױ אַרום געקעמפט אין בערדי- טשעווסקין, אין זיינע װוערק. ער איז קיינמאָל נישט געװען דער קאַלטער, אַביעקטיווער קינסטלער, װאָס האָט גענומען זייטיקן שטאָף, פרעמדן מאַטע- ריאַל און געקנאָטן און געשאַפן פון זיי װערק, װערטן. ער איז קיינמאָל נישט געקומען צו טעמעס, צו סוזשעטן, װאָס זיינען געווען אויסער אים און זיין וועלט, פאַר אים איז פרעמד די באַצײכענונג ;,כחומר ביד היוצר", װי שטאָף אין דער האַנט פון דעם שאַפּער. פאַרקערט, ער איז פון דעם סאָרט קינסטלער-דיכטער, װאַס ער ווערט פאַרװאַנדלט און איז טיף-פאַרבונדן מיטן שטאָף, מיטן מאַטע- ריאַל. ער אַליין שאַפט פון זיך און ווערט איינס מיט אים. קומט שוין ביי אים אויס אַן אַנדערע באַצײיכענונג: שוין ,כיוצר ביד החומר", דער שאַפער אין די הענט, און אונטער דער הערשאַפט פונעם מאַטעריאַל... ערגעץיוואו טוט אַ זאַג בערדיטשעווסקי : ,... און אויך איך, איך בין געקומען צו דערציילן, און איך האָב גאָר גענומען הערן?. ער אַליין איז געװאָרן מיטגעריסן און אָנגע- הויבן נאָכגײן נאָך דעם קול, װאָס ער אַלײן האָט אַרויסגערופן...

און אַזױ איז שוין געגאַנגען דער וייטערדיקער ועג זיינער. ער האָט גענומען שפּאַצירן איבער די וועגן פון דער יידישער געשיכטע, זיך געלאָזט אינעם װילװאַלד פון דער יידישער לעגענדע, פונעם אַמאָל און פון שפּעטערדיקע צייטן. ער, דער טיפער אינטעלעקט, דער גייסטרייכער דענקער און פילאָזאָף, האָט זיך געלאָזט פירן פון דעם פאָלקס-שאַפן אין די פאַרשיידנסטע תקופות, וואו ער האָט אַרױסאַנטפלעקט עסטעטישע שיינקייטן און מאָראַלישע װערטן אין דער אַלטער פּראַגע, אינעם אַלטן קאַמף פון הלכה און אגדה, פון געזעץ און לעגענדע, פון עטישע און עסטעטישע שאַפונגען, האָט ער אויסגעקליבן די אגדה, די לעגענדע, דאָס עסטעטישע, װאָס דאָס פאָלק האָט געשאַפן, אָבער װאָס פאַרמאָגט גלייכצייטיק אויך גרויסע און טיפע מאָראַלישע, עטישע װערטן,

78 נחמן מייזיל

יאָרן איז ער אַזױ געווען אָפּגעזונדערט פון דער רוישיקער וועלט און פון יידישן געטומל, געמאַכט לאַנגע און ווייטע שפּאַצירן און עקסקורסיעס אין די אַמאָי ליקע שאַפערישע וועלטן, אין די מדרשים, אין די פאַרשײידענע ביכער און ביכלעך, סיפּורי-מעשיות און וואונדערלעכע געשיכטעס פון דעם פאָלקס-שאַפן, און אַרױסאַנטפּלעקט פון דאָרטן פּרעכטיקע מעשהלעך, זעלטענע אַרױסואָי געכצן,. סענטענץ-אַפאָריזמען און פאָלקס-חכמה. נאָכן אָנזאַמלען גאַנצע בענד, טיילווייז פאַרעפנטלעכט און טיילווייז געבליבן אין כתב-יד, האָט ער אויף זיין אײגנאַרטיקן באַהאַרצטן שטייגער געשריבן: ;איך ברענג דאָ פאַרן עולם אייניקע בלעטער פון די ביימער פונעם גרויסן װאַלד, װאָס פאַרמאָגט טויזנטער סטעזשקעס; און איך בין געגאַנגען אין אים, אינעם װאַלד, און נאָך ווייט-ווייט נישט אין זיין פולער לענג און ברייט, איך האָב נאָר בלויז געפּרואווט שטעלן מיין פוס ביי זיין אָנהײב .. , 7

9

אַ באַזונדערן אָרט אין זיין רייכן שאַפן פאַרנעמען די יידישע מעשיות, אָדער וי מ. י. ב. רופט זי אַלײן אָן ;די יידישע כתבים פון אַ ווייטן קרוב", װאָס ער האָט אין משך פון יאָרן געשריבן און דערנאָך, ערב זיין טויט, צוגעגרייט צום דרוק. זיי זיינען אַרױס 3 יאָר נאָך זיין טויט, --- אין בערלין, 1924 *

עס לוינט זיך אָפּשטעלן אויף זיי אויספירלעכער. ;די יידישע כתבים" זיינען נישט געווען קיין פּשוטע, מעכאַנישע איבערזעצונגען פון זיינע העברעאישע שאַי פונגען. אין אייניקע ערטער האָט מ. י. ב. געפּרואװט באַגרינדן זיין שאַפן אין יידיש און דערביי אַרױסגעבראַכט אינטערעסאַנטע געדאַנקען. דאָס העב- רעאישע און יידישע שאַפן קומען פון גאַנץיבאַזונדערע קוועלן, און דעריבער טאַר נישט דאָס שאַפן אין העברעאיש און דאָס שאַפן אין יידיש פּשוט און גלאַט איבערגעזעצט ווערן. דערצו איז, לויט בערדיטשעווסקיס מיינונג, אויך דער לייי ענער אין יידיש אַ גאַנץ אַנדערער און מען מוז אים צוטראָגן די שפּייז לויט זיין געשמאַק און טעם. בערדיטשעווסקי האָט געװאָלט אַריינברענגען עפּעס נייס, װאָס שטאַמט מער פון די טיפענישן פון דער יידישער פאָלק-נשמה, און ס'זאָל נישט זיין מעכאַניש איבערגעזעצט פון זיין העברעאישן שאַפן.

אוב זיינע העברעאיעזע ווערק זיינען דער אויסדרוק פון זיין כסדרדיקן גיין, װאַנדערן, זוכן, פרעגן און אָפּפרעגן, צווייפלען און געפינען איז אין זיין ידישן שאַפן --- באַמיט זיך מ, י, ב, צו זיין װאָס-פאָלקסטימלעכער, פּרימיטיוװוער, אומ" מיטלבאַרער און נאַאיווער. אין העברעאישן הערן מיר מער בערדיטשעווסקין דעם דענקער, דעם בונטאַר, דעם קעמפער, דעם מאָנער, און אין יידיש --- דעם פאָלקס- מענטש, דעם פאָלקס-דיכטער, דעם גוטהאַרציקן און קלוגן זיידן, װאָס רעדט צו זיינע אייניקלעך אויף זיין אַלטן זיידעשן לשון, דאָרט האָבן מיר מער מחשבה,

מיכה יוסף בערדיטשעוסקי 79

דאָ -- האַרץ, כאָטש מחשבה און געפיל קאָן מען קיין מאָל נישט פאַנאַנדערטײלן ביי מ, י. ב, אין די גאָר-רײיכע און פיל-בענדיקע שאַפונגס-אוצרות פון דעם העב- רעאישן בערדיטשעווסקי פאַרנעמען די יידישע כתבים אַ ווינקל, וואוהין מ, י. ב,, װאָס האָט אַדורכגעמאַכט אַזױ פיל אידייאישע שטרייטן און קאַמפן, קלייבט זיך אַרײין, װאַרפט אַראָפּ די מלבושים פון וועלט און וועלטלעכקייט, פון כלערליי פראַגן און פּראָבלעמען, זעצט זיך צו און נעמט רעדן און שמועסן מיטן יידישן פאָלקס- מענטש אויף זיין שפּראַך און סטיל, אָפּטמאָל ווערט גאָר מ. י. ב. װי אויפגעלייזט בעת ער נעמט סתם אַזױ שמועסן, און די אױיבערהאַנט האָט שוין גאָר דער באַ- רעדעוודיקער פאָלקס-מענטש, װאָס לאָזט זיך וואוילגיין אויף זיין אײיגנאַרטיקן שטייגער, מיר האָבן שוין דאָ זאָגערײ פון אַ קלוגן, באַרעדעװדיקן יידן, װאָס מ. י. ב. גיט אים די מעגלעכקייט צו שמועסן און צו חקירהן אויף זיין אייגענעם מאניר און שטייגער,

בערדיטשעווסקיס יידישע כתבים, ווען זיי זיינען דאָ און דאָרטן פאַרעפנט- לעכט געװאָרן, זיינען נישט אויפגענומען געװאָרן װי ס'דאַרף צו זיין, י. ל. פּרץ*) און בעל מחשבות, יעדער איינער אויף זיין אופן, האָבן אין זיי געזען געקינצלט- קייט און פאַרזען דאָס אָריגינעלע און אייגנטימלעכע, װאָס זיי האָבן פאַרמאָגט. אפשר דערפאַר האָט מ, י, ב. איבערגעריסן זיין יידיש שרייבן. ס'איז אַ גרויסער שאָד, ווייל צװוישן די יידישע כתבים האָבן מיר וואונדערלעכע פּערל, און מ. י. ב. װאָלט געגאַנגען אַלץ טיפער און העכער אין זיין זוכן דאָס פאָלקסטימלעכע און אַרױיסברענגען אויף זיין אײיגנאַרטיקן נוסח,

+) און אַן אַרטיקל ,אין פאָלק אַריון" איז פּרץ אַרױיסגעטראָטן קעגן מ. י. ב'ס

אוונער אַ פֿאָלסס-טעשיכטע; ,אַ מעשה פון איינעם אַו קאָװאַל װואָס האָט פֿאַרסמט זוין ווייב", װואָס אייז דערשינען אין אַ באַזונדער ביכל אין דער פאָרם פון די ביולוקע פאָלקס- ביכלעך, וואָס די. פּאַקנטרעגער פלעגן זיו פאַרקויפן צווישן די מאַסן. פּרץ שרויבט: . ער (ם. י. ב,) האָט אופֿגעשריבן אַ גוטע פּסוכאָלאָגישע זֹאַך. -קוים אָבער האָט ער זיך . געזאַגט, מען מוז גוין אין טאַרק אַריין, האָט ער אוופגעשריבן אויף באַלטער מאַרק- לשיון, וואו די מעשה װושרט דערציילט. און מיט דעם מאַרק-לשון רעדט ד"ר בער- דייטשעווסקי נישט נאָר פאַרן קאָװאַל, נאָר אפֿילן פאַר זיך . ... אַז וי אַרײנגעקראָכן אוו ער און באַלטער קאָוװאַלס נישמה". און י. ל, פּרץ רעדט מים פפאַראיבל אוון איראָניע קעגן מ. ו. בערדיטשעווסקי און זאָגט :‏ מיכה ווסף ד"ר בערדימשעווסקי, דער יידישער נויטשע, וואָס לעכצט צוו שוונקויט, צו גטבורה, װואָס שמויט אויף אַַ שיינעם פרימאָרגן און וויל מימאַמאָל איבערבייטן אַלע אַלטע, אָפּגעריבענע מאָראַלישע מטבעות אווף נייע, שאַרפע, מיםט פולער וואָג, אונדזער פולאָזאָף-אַריסטאָקראַט, אונדזער בר-כוכבא, ריש בר-יונה ; אונדזער װואָס אויר ווילט, לאָזט זיך פּלוצלונג אַראָפּ אין מאַרק אַריין, געדרוקט מיט גרויסע געפּינמטלטע אותיות אוויף ביבולע-פאַפּור, אוונגעהילט אין אַ העסלעכער געלער שמאַטע אוון דערציילט דעם פּראָסטן גראָבן עולם: ,אַ מעשה פון אוונעם אַ קאָוואַל... . 7 א. אַ. װו.

80 נחמן מייזי?

ערשט די פולע אויסגאַבע פון מ, י. ב'ס יידישע שריפטן (אַרױס אין 6 ביכ" לעך אין 1924*), האָבן באַװיזן דאָס טיף-אָריגינעלע און אײיגנאַרטיקע, װאָס עס פאַרמאָגט דאָס יידישע שאַפן פון בערדיטשעווסקין. ס'האָט זיך דערוועקט אַ גאָר נייער אינטערעס צו דער בערדיטשעווסקי-פּערזעגלעכקייט און עס זיינען אַרױס- אַנטפּלעקט געװאָרן נייע שטריכן אין זיין אינטערעסאַנטער { קינסטלערישער געשטאַלט, ‏

איינער פון די העברעאישע קריטיקער, ד"ר ד. א. פרידמאַן, האָט אין אַ גרע- סערער אָפּהאַנדלונג (;צוקונפט? 1924, ז"ז 626---629) טרעפלעך באַטאָנט דעם אונטערשייד צװוישן העברעאישן און יידישן מ. י. ב.: ;.,.. אין יידיש איז בערדיטשעווסקי וי גאָר אַן אַנדער מענטש. אין העברעאיש זעען מיר זיין איי- ביקן קאַמף מיט זיך אַלין, מיט דער וװעלט. ער רייסט זיך און שליידערט זיך און געפינט זיך קיין אָרט נישט. אַ שטענדיקער בונטאַר. אַן אומרו. אין יידיש אַבער איז ער עפּעס מאָדנע הכנעהדיק, מיט געציילטע ווערטער, מיט רואיקע טריט, גאָר װוי איינער פון די אנשי-שלומנו. מיט איין װאָרט יאָסל דעם רבס! גאָר נישט מיכה יוסף בערדיטשעווסקי".

און ווייטער : ;דאַכט זיך, אינגאַנצן זיינען עס זעקס קליינע ביכלעך, אָבער אין אָט-די זעקס. קליינע ביכלעך שפּיגלט זיך כמעט דאָס גאַנצע יידישע לעבן אַ מין שלום-עליכם אין מיניאַטור! אַ קיצור שלום-עליכם! נישט אומזיסט שעצט אַזױ בערדיטשעווסקי שלום-עליכמען. אין זייער ביידנס באַציאונג צום לעבן פון פאָלק און צום שילדערן פון אָט דעם לעבן איז דאָ אַ סך געמיינזאַמס .. . צום ערשטן -- די ליבע צום פאָלקס-לעבן, אַזױ וי עס איז, און דאָס פילן אין אים אַ טעם, ניט אַלע קאָנען דאָס... און צווייטנס -- זעלטן ווען אַ שרייבער אַן איג- טעליגענט קאָן אַזױ פאַרבאַהאַלטן דעם ,איך" ביים שילדערן דאָס לעבן פון פאָלק וי שלום-עליכם און בערדיטשעווסקי (אין יידיש)... איז טאַקע דער אינהאַלט פון ב'ס יידישע כתבים שטיקער פאָלקס-לעבן, פריש און לעבעדיק, אָן באַפּוצוג- גען און געקינצלטקייטן,?

ד. א. פרידמאַן זאָגט ריכטיק, אַז די יידישע כתבים זיינען גיידישלעך-האַר- ציקע". איינער פֿון בערדיטשעווסקיס אַרטיקלען הייבט זיך אפילו אָן אַזױ : ;איך וויל אויסגיסן פאַר אייך מיין האַרץ* (דריי בריוו), און ס'איז אפילו דאָ אַ גאַנצע אָפּטײילונג, װאָס הייסט ,פונעם האַרצן "... ,בערדיטשעווסקי האָט געהאַט אַ באַזונדערע הנאה פונעם לעבעדיקן, זאַפטיקן פאָלקס-יידיש.,. ?

מיכה יוסף בערדיטשעווסקי האָט זיך אַנטפּלעקט פאַר אונדז אין אַ נייער גע" שטאַלט, זיינע כתבים זיינען פיל מער וי בלויז שיחת חולין פון אַ תלמיד חכם..,

* ) אױבערגעדרוקט דורכן איקוף-פאַרלאַג, ניו-יאָרק, אין צוויי בענד, אין 1048 און אין 1050.

מיכה יוסף בערדיטשעוסקי 811

10

דער ערנסטער לייענער װעט מיט פרייד אויפנעמען דאָס אַריגינעלע, דאָס שיין-האַרציקע, דעם צויבער, װאָס די יידישע כתבים פאַרמאָגן, און איצט, מער וי אַמאָל, ווען זי זיינען געשריבן געװאָרן, ווייל איצט איז דאָך אַ שטיק, אַ גרויסע שטיק יידישע וושלט חרוב געװאָרן, אומגעקומען אויף אײיביק, דער לייענער װעט לייענען די אָפּטמאָל רויע, נישט-געקינצלטע מעשיות, שמועסן, געשיכטעס און וועט זיך זאַט נישט קאָנען אָנלײענען. אַזאַ הנאה האָב איך געהאַט ביים איבערליי- ענען די אויבנאויפיק פּראָסט-פּשוטע מעשיות. מיר ווערן נתפּעל פון די גלענ- צנדיקע שורות, בילדער, אַרױסזאָגונגען, װאָס זיינען פאַנאַנדערגעװאָרפן צווישן די עכט-יידישע כתבים !

הערט נאָר ווערטער :

;איר פאַרשטייט, לשון קודש קאָן יעדער אויסלערנען, אַז ער קוועטשט אַ פּאָר יאָר די באַנק און שטאָפּט אין זיך אַרײן תנ"ך און דקדוק און לייענט מליצה- ביכלעך. אָבער קענען יידיש, דאָס איז אַ מתנת-יה (אַ געשאַנק פון גאָט --- ג, מ,, װאָס דערמיט מוז מען געבוירן זיין. איך מיין דעם אמתן יידיש, וי אַזױ ס'איז געגעבן געװאָרן אויפן באַרג סיני פון אַ יידן.,, ?

אָדער אַזאַ מין זאָג וועגן יידיש :

;אַ יידישער יונגערמאַן, אַז ער הייבט אָן צו וועלן קענען לשון קודש, קוקט ער אַרין אין ישעיה און אין ירמיה, צי אין ר' יהודה הלוי, צי גאָר אין די שפּע- טערדיקע, למשל, אין גאָרדאָנען. לשון-קודש איז ביי אונדז אַ בן-בית און אַז מ'וויל דאָס קענען, באַדאַרף מען נאָר צוגיין צו דער שאַפע מיט די ספרים און אַרױיסנעמען אַ ספר. יידיש אָבער ליגט נאָך אין האַרצן ביים המון-העם, אין אָט-די מענטשן, װאָס ביז אַצינד און טאַקע שוין פון דער גמרא אָן, אַז מ'האָט געשמועסט פון יידן. האָט מען פאַרגעסן זיי מצרף צו זיין צום מנין,, , ?

און אַזאַ פּרעכטיקע באַצייכענונג פון ש. י. אַבראַמאָװיטש ; |

;מענדעלע מוכר ספרים, דער זיידע מיט זיינע גרויסע חיבורים, איז דער רמב"ם אין דער יידישער ליטעראַטוך,"

אָט אַזאַ איז געווען די באַציאונג און ליבשאַפט פון מ. י. בערדיטשעווסקי צום פאָלק און צו זיין יידיש לשון,

מ. י. ב, האָט געזוכט און געפונען אַ נייעם סטיל אין שפּראַך, אַ נייעם אופן פון ריידן און שילדערן אין יידיש, צווישן די צענדליקער טיף-אײיגנאַרטיקע געשיכ- טעס און אַרױסזאָגונגען, זיינען דאָ אמתע פאָלקס-פּערל, װאָס האָבן קיין גלייכן נישט צו זיך אין דער יידישער ליטעראַטור. בערדיטשעווסקי האָט אין זיין צייט געװאָלט אַרויסרופן ביים יידישן פאָלקס-לייענער גאָר אַנדערע עמאָציעס, גאָר אַנדערע געפילן, גאָר אַנדערע איינדרוקן. ער האָט דעריבער גענומען ריידן צום

82 נחמן מייזי?

פאָלק אין זיין שפּראַך, אויפגעהיט פאָלקס-אויסדרוקן, פאָלקס-קנייטשן, וועלכע ער האָט אַרױסגעטראָגן פון זיין יידישער סביבה, פון דובאָוואָ און פון אומאַן; ער האָט צונויפגעמישט רעאַלע געשיכטעס מיט פאָלקס-מעשה. עֶר האָט געפּרואװט אַראָפּװאַרפן פון זיך דעם געלערנטן און געװאָלט ווערן װאָס פּשוטער. בערדי- טשעווסקי האָט זיינע מעשיות לכתחילה געדרוקט אין דער פאָרם פון יענע פאָלקס- ביכלעך, װאָס דער פּאַקנטרעגער האָט זיי געהאַט אַרומגעטראָגן יעדן פרייטיק צו די ,דינסט-מיידלעך" און פּשוטע לעזערינס,

מ. י. בערדיטשעווסקי האָט געהאַט אַ ספּעציעלע ליבע צו זיינע פאָלקס- מעשיות און ער האָט זיי גאָר הויך געשאַצט,

אין אַ בריוו צום קריטיקער פ. לאַכאָװער האָט מ. י. ב. געשריבן : ,סוף-כבל- סוף זיינען זיי מיינע קינדער, איך האָב זיי אוױיסגעטראָגן און געבוירן אין מיין נשמה און דורך מיין אינעװייניקסטן וועזן... "

מען דאַרף גאָר באַזונדערס ריידן וועגן טיפן פאַרשטאַנד, װאָס בערדיטשעוו" סקי האָט אַרױסגעװיזן צום שאַפן פון יידישן פאָלק, פון די יידישע פאָלקס-מאַסן אין די פאַרשיידענע תקופות פון זייער װאָגלען און װאַנדערן. ער האָט פאַרשטאַ- נען, אַז מיר, יידן, פאַרמאָגן נישט קיין ליטעראַטור פון איין גייסט און פון איין פעסטגעשטעלטן כאַראַקטער, נאָר מיר פאַרמאָגן פאַרשיידענע מינים ליטעראַטור, װאָס זיינען געבוירן און זיך אַנטװיקלט ביי אונדז אין פאַרשיידענע צייטן, ביי פאַרשײידנאַרטיקע באַדינגונגען.... דאָס איז אַ זייער וויכטיקער געדאַנק, װאָס פאַרלאַנגט אַ באַזונדערע אָפּהאַנדלונג. עס איז נייטיק זיך אומצוקערן צו אָט דעם פּראָבלעם און ספּעציעל און ערנסט באַהאַנדלען עס, באַזונדערס איצט, ווען מען ויל זיך אָפּשאָקלען פון פיל, װאָס דער יידישער גייסט און פאָלקס-זשעני האָט געשאַפן אין די לעצטע יאָרהונדערטער אין די לענדער פון זיין פאַרשפּרײטונג.

עס איז אַן עוולה, װאָס מען ווייסט ביי אונדז, אין דער יידישער וועלט, אין דער יידישער ליטעראַטור, אַזױ וייניק וועגן מיכה יוסף בערדיטשעווסקי. -- איינער פון די אָריגינעלסטע קינסטלערישע פּערזענלעכקייטן אין דער יידישער וועלט,

1948

אברהם ליעסין

41

מיר האָבן א. ליעסינען כמעט וי פאַרזען אין אונדזער אַמעריקאַנער-ײידי- שער דיכטונג. מען האָט אים נישט געשעצט און נישט אָפּגעשאַצט לוט זיין ווירקלעכן װוערט און אָנגעזעענעם אָרט אין דעם היגן יידישן שאַפן, עס איז שוין ביי אונדז איינגעפירט, ווען מיר רעדן וועגן דער עלטערער יידישער דיכטונג אין אַמעריקע און וועגן די פּיאָנערן"גרונטלייגער פון דער היגער יידישער פּאָעזיע, זיך צו באַגנוגענען מיט די נעמען מאָריס ווינטשעווסקי, דוד עדעלשטאַט, י. באָװשאָװער און מאָריס ראָזענפעלד. אָבער צוזאַמען מיט זיי, און עטלעכע יאָר נאָך זיי, האָבן דאָך גענומען שאַפן -- און װאָס ווייטער אויף אַן אַלץ-גרעסערן פאַרנעם --- די דיכטער א. ליעסין, יהואש, ה. רויזענבלאַט, אברהם רייזען, זי האָבן אַרײינגעבראַכט נייע מאָטיוון, נייע טענער, נייע קלאַנגען און נייע געזאַנגען אין דער אַמעריקאַנער יידישער פּאָעזיע, זיי האָבן פאַרברייטערט אירע ראַמען, פאַרטיפט איר אינהאַלט און באַרײיכערט אונדזער דיכטערישן אוצר,

אין דער צייט װאָס וועגן די ערשטע פיר דיכטער זיינען פאַרעפנטלעכט גע- װאָרן גרעסערע אָפּהאַנִדלונגען, און אויך ברייטערע, אַרומנעמענדיקע מאָנאָ- גראַפיעס, און עס זיינען אַנטפּלעקט געװאָרן די פאַרשיידנסטע מאָמענטן און עלעמענטן פון זייער שאַפן און לעבן, זיינען אָבער וועגן די ,יינגערע" א. ליעסין, יהואש, ה. רױיזענבלאַט, א. רייזען, -- הגם זיי האָבן געשאַפן צענדליקער יאָרן און פיל באַװירקט די יידישע דיכטונג -- נישטאָ קיין אויסשעפּלעכע ביאָגראַפיש- קריטישע וװערק. װאָס שייך א. ליעסין -- איז עס אפשר די סיבה אין דעם, װאָס ביי זיין לעבן איז נישט פאַרעפנטלעכט געװאָרן קיין איין זאַמלונג פון זיינע לידער און פּאָעמעס, וי אויך פון זיינע פּובליציסטישע אַרטיקלען און זכרונות" עסייען. און פאַר זיינע לייענער, װי פאַר די קריטיקער, זיינען געווען פאַר די אויגן בלויז די לעצטע לידער, װאָס זיינען געדרוקט געווען אין ,צוקונפט?, און מען האָט אַזױ-אַרום געאורטיילט וועגן דעם דיכטער און זיין שאַפן אויפן סמך פון זיינע לעצטע שאַפונגען, און נישט גענומען אין אַכט זיינע לידער און פּאָעמעס פון פאַרשיידענעם כאַראַקטער, פאָרם און אינהאַלט, װאָס ער האָט געשריבן אין לויף פון אַ 50 יאָר,

מען האָט געהאַט אַמאָל פאַרוויגט א. ליעסינען פאַר אַ דורכאויס-נאַציאָנאַלן און אפילו --- נאַציאָנאַליסטישן דיכטער, מען האָט אים געהאַט באַטיטלט וי אַ דאָמאַנטישן דיכטער, װאָס איז געפאַנגען דורך אַלט-געשיכטלעכע פּאַסירונגען

88

84 נחמן מייזיל

און וועלכער לעבט אַזױ אַרום אין דעם ווייטן היסטאָרישן אַמאָל, און דאָס אַרומיקע רעאַלע, ווירקלעכע לעבן איז אים פרעמד און ווייט,

אָבער עס איז לחלוטין פאַלש. א. ליעסין איז געקניפּט און געבונדן מיטן אַרומיקן לעבן, --- מער נישט, װאָס דאָס לעבן אַרום און די פּאַסירונגען אַרום אים האָבן זיך פאַר די יאָרן, זינט זיין פריער יוגנט ביז זיינע לעצטע טעג, אַ שיין ביסל געביטן און געענדערט. און װאָס נאָך ? ער האָט פון זיינע סאַמע קינדער- יאָרן געלעבט, ממש געלעבט אויך אין דער אַמאָליקער געשיכטלעכער ועלט, װאָס איז פאַר אים אָפט געווען רעאַלער, קאָנקרעטער, ווירקלעכער וי די איצ- טיקע, אַרומיקע צייט; האָט ער די אַמאָליקע פּאַסירונגען און געשטאַלטן אָפט אַרױסגעבראַכט און זיך איבערגערופן מיט זיי, געזוכט אין זיי טרייסט, מוט, פּאַטאָס און התלהבות, און אויך --- ענטפער און פאַרענטפערונג פאַר די היינטיקע, היינטצייטיקע געפילן, טראַכטענישן און איבערלעבענישן. און װאָס עס איז באַ- זונדערס וויכטיק שטאַרק צו באַטאָנען : א. ליעסינען זיינען געווען בלוטיק-נאָענט, אייגן, טייער נישט נאָר יידישע, יידישלעכע געשטאַלטן, נאָר אויך קפרעמדע", ;גויאישע", װאָס ער האָט פאַריידישט זייער שטאַרק, פּונקט וי ער האָט פאַר- מענטשלעכט טיף-יידישע געשטאַלטן-פּערזענלעכקייטן,

לאָמיר נאָר אַ בלעטער טאָן זיינע לידער-ביכער. מיר וערן פאַרגאַפט פון די ,,מאָטאָס? צו זיינע לידער. מיר האָבן דאָ פּסוקים פון תנ"ך, פון די פאַרשיידענע אַלטע ספרים, און אויך שורות פון א. פּושקין, אַל, בלאָק, מ. יו, לערמאָנטאָו, טאָמאַס מאָר, א. קאָזלאָו, ה. היינע, אי. טיוטשעו, ח. נ. ביאַליק, רחל, און מאַרקוס, עדגאַר אַללאן פּאָו, פון ר' יהודה הלוי, שובערט, און יוחנן,, שעלי, ווער- לען, װאָלט װויטמאַן, נעקראַסאָװו און אַנדערע, און אויך האָבן מיר פיל איבערזע- צונגען-איבערדיכטונגען פון פאַרשיידענע שפּראַכן און פון די דערמאָנטע דיכ- טער, און די טעמאַטיק זיינע, און די לאַנדשאַפטן, די נאַטור-שילדערונגען און די הומאָרפולע שאַרזשן און קאַריקאַטורן פון אַרומיקע מענטשן און טאָגטעג- לעכע דערשיינונגען ? -- דאָס אַלץ איז אַ באַװײז, אַז זיין דיאַפּאזאָן, זיין פאַרנעם, דער קרייז פון זיין אויג, אויער, האַרץ און געמיט איז געווען פיל ברייטער, פאַרשײידנאַרטיקער װי עס איז אָנגענומען ביים לייענער און קריטיקער, וועלכע האָבן אָפט אויפגענומען און אויפגעפאַסט ליעסינען שוין אַ פאַרטיקן, אַ ;צוגע- פיקסטן" פון יאָרן און יאָרן אַפריער.

2

א. ליעסין איז געווען איינער פון די קאָלירפולסטע געשטאַלטן אין דער יידישער פּאָליטיש-געזעלשאַפטלעכער וועלט, און אויך -- אין דער יידישער לי- טעראַטור און באַזונדערס --- אין דער יידישער דיכטונג. ער איז געשטאָרבן צו 70 יאָר אין 1928. ער איז אַרײנגעטראָטן אין דער רעװאָלוציאָנערער און יידיש-רעװאָלוציאָנערער באַװועגונג ביים סאַמע באַגינען, אין זיינע יונגע יאָרן

אברהם ליעסין 85

שיער נישט צו 15 יאָר. און לידער האָט ער פאַרעפנטלעכט קרוב צו 50 יאָר. אָט איז ער געגאַנגען מיטן ברייטן שליאַך, און אָט זיך פאַררוקט אין זיין אייגן ווינקל, אָם איז ער געווען דער שליח-ציבור, און אָט האָט ער געדאַװנט אַלײן, פאַר זיך, ביחידות. אָט איז ער געטריבן און געשטויסן געװאָרן פון אַלגעמײנע שטורעמס, און אָט האָט ער זיך פאַרקליבן אין זיינע אייגענע ד' אמות און זיך געראַנגלט מיט אייגענע װױידעראַנאַנדן און װידערשפּרוכן, ער האָט אַריינגע- בראַכט ליטעראַריש-קינסטלערישע מאָטיוון אין זיין רעװאָלוציאָנערער טעטיקייט, און ער האָט אויפגעברויזט דאָס שטילע יידישע שאַפן מיט בונטאַרישקײט, מיט רעװאָלוציאָנערישקײט,

ער האָט אַדורכגעמאַכט אין זיין לעבן, װי אין זיין שאַפן, שטאַרקע איבער- װאַנדלונגען. לכתחילה געמאַכט דעם שפּוונג פון דער װאָלאָזשינער ישיבה אין דער רעװאָלוציאָנערער באַוועגונג, װי ער האָט דערנאָך פאַרלאָזט די באַ- וועגונג און מיט לייב און לעבן, מיט פייער און ברען זיך איבערגעגעבן דער יידישער ליטעראַטור. אַ קינד פון דורות רבנים, און דאָך זיך ענג און אָרגאַניש באַהאָפטן מיט די ;פּשוטע" אַרבעטס-מענטשן, איינגעזאַפּט אין זיך די אַלט- דורותדיקע העברייאישע קולטור און אינגאַנצן אַריבער צו מאַמע-לשון. געװאַקסן און זיך אַנטװיקלט דורך דער רוסישער פאָלקיסטישער רעװאָלוציאָנערער פּובלי- ציסטיק און דיכטונג, און אָנגעהויבן פאַרפאַסן לידער גאָר אין דעם פאַר- שעמטן ,זשאַרגאָן".

אין זיינע זכרונות וועגן דוד פּינסקי, דערציילט א. ליעסין וועגן זיך, וועגן זיינע דערװאַקסענע יאָרן: ;איך בין שוין זייט 7 יאָר דערוייטערט פון דער העברייאישער שפּראַך (אינגאַנצן איז ער דאַן אַלט געווען אַ 18 יאָר).. פּושקין און נעקראַסאָוו, אוספּענסקי און זלאַטאָװוראַטסקי האָבן מיך געמאַכט כמעט פאַר אַ רוסישן נאַראָדניק?. דורך זייטן-וועגן איז ער געקומען צוּ דער יידישער שפּראַך, און איז געװאָרן איינער פון די באַגײסטערטע ענטוזיאַסטישע קעמפער-טרוימער פון יידיש. א. ליעסין האָט נישט געצונדן קיין בריקן הינטער זיך, װי ס'האָבן עס געטאָן אַנדערע, עס איז אים גאָרנישט איינגעפאַלן זיך אָפּצזאָגן פון זיינע אַמאָליקע ;שװאַכקײטן? און זיך דערווייטערן פון יענע װעלטן. ער איז פאַר- בליבן אַזױ מיט זיינע סתירות און װידערשפרוכן, װאָס ער האָט גאָרנישט געװאָלט פון זיי זיך אָפּזאָגן. איז ער געווען צו-רעװאָלוציאָנער פאַר דער מעסי- קער סאָציאַליסטישער באַוועגונג און צו-נאַציאָנאַל פאַר די פּראָגרעסיווע עלע- מענטן,

דערצו האָט ער געהאַט אַ מערקװוירדיקן זכרון. אויף אים איז אָנגעמאָסטן די דעפיניציע פון ;פּרק": אַן אױסגעקאַלכטע גרוב, װאָס פאַרלירט קיין איין טראָפּן נישט. און דאָס איבערגעלעבטע, וי דאָס קאָנקרעטע, דאָס רעאַלע װי דאָס װיזיאָנערישע איז פאַרבליבן אין אים און ביי פאַרשיידענע געלעגנהייטן געזוכט אַן אויסדרוק סיי דורך זיינע דיכטערישע שאַפונגען און סיי אין זיינע

86 + נחמן מייזיל

פּובליציסטישע אַרטיקלען, װאָס וי ווייט זיי זיינען נישט לויט זייער פאָרם, זיינען זיי אָבער נאָענט, זייער נאָענט לויט זייער אינהאַלט, לויט זייער מהות צו זיין דיכטערישן שאַפן,

און גאָר באַזונדערס איז ער געווען געקניפּט און געבונדן מיט דער מאַרטי" ראַלאָגישער און העראָאישער יידישער געשיכטע. אין יעדער היינטצייטיקער געשעעניש האָט ער געזען באַריר-פּונקטן, אָפּהילכן, אָפּקלאַנגען פון לאַנג- פאַרגעסענע היסטאָרישע פּאַסירונגען און געראַנגלענישן. עס איז געגאַנגען ביי אים אינאיינעם, האַנט אין האַנט דיכטער און פּובליציסט, זינגער און זאָגער. זיינע בליקן זיינען געווען אָפט געװענדט צו געשיכטלעכע וייטקייטן, און ער האָט זיי װי מחיה מתים געװען. די שטילע, שעפּטשענדיקע אַלטע תפילות, האָט ער געמאַכט רעדן הויך, הילכיק, מיט עקסטאַז. ער האָט נישט געהאַלטן פונעם קהלת-זאָג: ,דברי חכמים בנחת נשמעים" -- (די װערטער פון קלוגע ווערן בעסער געהערט מיט געלאַסנקײט). דאָס איז אים געװען פרעמד, ס'איז נישט געווען אין זיין כאַראַקטער.

װאָס עס פאַרכאַפּט אונדז שטענדיק, ווען מיר לייענען א. ליעסינס אַ ליד, אַ פּאָעמע, אַ צייטמעסיקן אַרטיקל אָדער עפּעס אַן אָפּקלאַנג פון אַ געשיכטלעכער געשעעניש, --- איז דער אימפּעט, דער פּאַטאָס, דער ברען, דער פּלאַקער-פייער, װאָס עס שלאָגט פון זיין שרייבן, פון זיין שאַפן -- װאָס די טעמע, דער שטאָף זאָל נישט זיין,

אָט הייבט ער אָן צו שרייבן אַ פאָרװאָרט צו זיינע קינדער-זכרונות -- און די ערשטע שורות זיינען: ;עס שטייט אַ װאַלד און דאַרט און שטייט. די גרויסע װאָרצלען טריקענען אויס... -- עס איז אַן אוראַלטער װאַלד, װאָס האָט אויסגע" האַלטן די מוראדיקסטע שטורעמסי.

3

ער אַלײן האָט זיך אָפט פאַרנומען מיט זיין אייגענעם שאַפן און געזוכט

אויפצוקלערן די וועגן-אומוועגן פון זיין שרייבן, ער האָט אָנגעשריבן, אין 1936, אַ ליד ,דער תיקון" מיט אַן אונטערקעפּל ,וי לידער װערן געשריבן", וואו ער דערציילט ;

עווער װויינם אוין דער וויסטקייט פון חושך פֿאַרהוילן ?

ווער װויינט אין די נעבט,

וווען אַלץ האָט פאַרשטומט, אוּן דו נעכט ?

צו אין מיר, צי אויסער מיר -- ערגעץ אין גרוילן

שווועבט אום, װואָגלט אוום אַו נשמהו אוין הוילן,

אַו גלג ול, פאַרשוועכט."

;עס ליגן די וועלטן פון תוהו צעשפּרײטע / זאָגט א. ליעסין -- און טונק"

לען אין צער, אין נאַכטיקן, שמאַכטיקן צער ; / אָט גליען די גיריקע גופים, די גרייטע, // זי שמאַכטן און װאַרטן אויף אים, אויפן חוטא, / אויף אים, אויפן האַר.*

אברהם ליעסין 81

און ווייטער : ,פון שטעט און מדבריות, פון הויזער אוון הוילן --- אַלץ פרעגט מען אין פּיין, פון אַלערליו צייטן, אין פּוון, אָ, וועמען זשע װועט ער, דער װאָגלער, דעהוויילן, די לייד און די פֿרױיד פון זיין שאַפונג צו טוולן ? יוואז וועט ער אַרוון ל" (א. לישסין, לירער און פּאָטמצן, בי 2, ז"ו פד-6ך), וי ביי פּרצן, אַזױ אויך ביי א. ליעסין האָבן זיך די ,װאַלצן* פון זיין שאַפן געדרייט אַרום דער אַקס פון קאָנטראַסטן, און דאָס איז נאַטירלעך און פאַר" שטענדלעך, ווען מיר האָבן געהאַט פאַר זיך אַזאַ קאָמפּליצירטע נאַטור, פול מיט װױדערשפּרוכן, מיס צוגעבונדנקייט צום היינט און מיט טיפער פאַרװואָרלצט" קייט אינעם אַמאָל, אינעם געשפּיל פון ווערטער ליגט אָפּט טיפע כוונה, און אין דעם יסוד -- דער סוד, אָט אַזאַ מין קורץ, שאַרף ליד, געשריבן אין 1927 :

אויפן באָרדװאָק ,פון אוון זווט, מעשה בראשוית-אָטעם פריש און ‏ פרוו פון צווייטער --- קונציקייטן, בלעבלעך, גאַזאָלין ; פון איין זייט, וואונדער-שפּיל פון פאַריבן-מישעריי, פֿון צווויטער --- מאָנאָטאָנער סטאנדאר פון מאַשון. פון אוין זיוט, טרוים פֿון מענטש ; פון צווויטער --- שוים פון אינד, און אויבער בוידן לויכט דו מיפֿע פּוסטקייט בלאָ ; דאָך טונקל איוו דאָס ליכט, און אַלץ צונליוך פאַרשווונדט --- אין אװוביקן פאַראַן דער אויבוקער ניטאָן " (ב. 2, וי .)99‏ - און עס איז אינטערעסאַנט: א. ליעסין, וועלכער האַלט כסדר זיין שרייבן אין אַ העכערן, אָפּטמאָל אַפילו באַפליגלטן טאָן, א. ליעסין, וועלכער שלאָגט גלייך אָן מיט זיין דיכטונג אין העכערע עולמות, האָט קיין מורא נישט אַריינצוברענגען אין זיין ליד אויך גרויע טענער, און, צוליב קאָנטראַסטפולקײט, שטעלט ער אַנטקעגן אויך גאָר פּראָסטע, װאָכעדיקע ווערטער, וי מיר זעען אויס אין דעם ערשט-ציטירטן ליד, | אָט-די שאַרפע קאָנטראַסטן האַלט ער אונטער און זי זיינען אים ליב, זיי שלעפּן אים אַרױס פון זיין למדניש-:חריפישער ועלט, פון זיין טראַדיציאָנעלער און איבערגעשפּיצטער אוראַלטער יידישקייט. עס איז כאַראַקטעריסטיש פאַר א. ליעסין זיין לענגער ליד ,איואַן", און עס איז אינטערעסאַנט, װוי גוטברודעריש ער רופט זיך איבער מיט איװאַנען: ,העי, בונטאַר, דו פון דאָרף, מיטן ווילד-וװאַלד אאין זונע, וי דו טוסט אַזאַ. וואָרף מייט דיין כוואַטסקער טשופּרונע | "

88 | נחמן מייזי?

אָדער נאָך אַ פערז אַזאַ: ,שמעקסטו לוב, װי דו ביסט, און מוזשוצקן גענוס, דורכגעזאַפּטע פון מיסט, דורכנעדזשעגעכצטע רוס | " (ב. 2, ז"ז 208-266).

נאָך פון זיינע יונגע קינדער-יאָרן האָבן זיך אין אים געמישט און געפּלאָן- טערט מעשיות און פּאַסירונגען, לעגענדעס און ווירקלעכקייט פון אַלט:אַלטע יידישע ספרים און פון אַרומיקע אויסטערלישע געשעענישן, װאָס ער האָט זיך -אָנגעהערט וועגן די העלדישקייטן פון די רעװאָלוציאָנערן מיט זייער אייגנאַרטיקן מסירת-נפש. דאָס אַלץ האָט זיך שאַרף איינגעקריצט אין זיין זכרון און פאַר- בליבן אויף שטענדיק אין זיין צעהיצטן געמיט און פאַנטאַזיע. ער דערציילט וועגן דעם אין זיינע ,עפּיזאָדן? (וועגן די קינדער-יאָר). סענסיטיווקייט, עמ" פינדלעכקייט --- דאָס איז זיינער אַ כאַראַקטער-שטריך פון דער סאַמער יוגנט, ער רעדט טאַקע וועגן דעם און ער באַמיט זיך אויסמאָלן פאַר אונדז דעם הינטער- גרונט פון זיין יינגלשער פאַנטאַזיע און פון די פאַרשײדנסטע איינדרוקן, װאָס האָבן אַמאָל אַזױ טיף באַאיינפלוסט און באַװירקט אים, און וועלכע האָבן, וי ער זאָגט אַליין, ,פאַררוקט ערגעץ-וואו אין די טיפענישן פון זכרון'".,. און ;אויפגעשטאַנען פאַר מיר פון זכרון ערשט שפּעטער" ,שוין פיל קלאָרער, שאַר" פער, װייטאָקדיקער". (;זכרונות און בילדער", ז' 56),

4

דאָס איז אייגנטלעך דער שליסל צו א. ליעסינס אינערלעכער װעלט, װאָס ! האָט זיך געענדערט. ער האָט אויפגענומען נייע פּאַסירונגען, נייע איבערלעבע- נישן, נייע דערפאַרונגען און דאָך אַלץ געבליבן אין זיינע אייגענע געצעלטן ! וואוהין ער האָט ליב אָפּטמאָל צו פאַרקלייבן זיך אין מאָמענטן פון רו און אין מאָמענטן פון שטורעם,

ער האָט אַ באַזונדערן פאַרגעניגן און טיפע באַפריזיקונג װידעראַמאָל און נאָכאַמאָל זיך צו באַהעפטן מיט זיינע קינדער-יאָרן, מיט די איבערלעבענישן װאָס האָבן אָנגעפילט זיין האַרץ, געמיט, פאַנטאַזיע. ס'איז דער קװאַל, פון װאַנעט ער הערט נישט אויף צו שעפּן און צו זעטיקן זיין דורשטיקע נשמה.

ס'איז כדאַי צו פאַרגלייכן אָט די קינדהייט- און יוגנט-:איבערלעבענישן פון א. ליעסין מיט די קינדער-זכרונות פון י. ל, פּרץ. פאַראַן אין זיי באַריר-פּונקטן, פאַראַן אין זיי ענלעכקייטן, הגם פּרץ און ליעסין, אין די עלטערע אאָרן, ווען זיי האָבן זיי אַרױסגעבראַכט, האָבן אַנדערש זיי אויפגעפאַסט און האָבן געמאַכט פון זיי אַנדערשדיקע אויספירן, יונגע יידישע קינדער מיט חריפישע קעפּ, מיט

אברהם ליעסין 89

דערװאַקסענער שאַרפער באַאָבאַכטונגס-קראַפט, און מיט אַן איבערגעשפּיצטער געהער- און געפיל-סענסיטיווקייט צו אויסטערלישע געשיכטעס, װאָס מ'כאַפּט אויף אין גאַס, אין בית:המדרש און -- מיט דער צייט --- פון די קליינע ספרימ- לעך, -- וועגן קרבנות, וועגן העלדישקייטן, וועגן מטירת-נפש.. וועגן דעם דאַרף מען רעדן גאָר באַזונדער און טאַקע פאַרגלייכן די זכרונות פון די-אָ צוויי טיף-יידישע דיכטער-קינסטלער,

אין די קינדער-און-יוגנט-יאָרן הערט זיך א. ליעסין אָן אין חדר, אין גאַס, פון יידן און נישט-יידן וואונדערלעכע, פאַנטאַסטישע מעשיות וועגן אַמאָל און וועגן איצט.., ;איך האָב זיך גענוג אָנגעהערט וועגן קאַטערמײסלעך און וועגן דעם מכשף אלקאדער און וועגן די רויטע יידעלעך הינטערן סמבטיון --- אַלץ פאַנטאַסטיש, שרעקלעך, אָבער ווייט. און איצט האָב איך דערהערט ועגן סאָ- ציאַליסטן?,,. און אַזױ גייט עס כסדר, -- ;אין בלומקעס קלויז זיינען די מעשיות אַרום בימה (וועגן די רעװאָלוציאָנערן) געװאָרן אין די פרייטיק-צו-נאַכטן אַלץ פאַרכאַפּנדיקער, געהיימניספולער, סומנער...

א. ליעסין דערמאָנט זיך, װי ער, אַ ניין-יאָריק יינגל, איז געשטאַנען לעבן טאַטנס פּאָלעס, און ,געשלונגען די מעשיות און געגליט". ער איז געווען, זאָגט ער וועגן זיך, ,ביז קרענקלעכקייט סענטיטיוו", און האָט ער געהערט קאַ שרעק- לעכע מעשה", איז עס באַלד ביי אים געװאָרן ;אַ שרעקלעכע איבערלעבונג"? און אַזױ זאַפּט ער איין אין זיך מעשיות, װאָס צעהיצן אַלץ מער זיין פאַנטאָזיע. דער פאָטער האָט אים אַמאָל דערציילט אַ געשיכטע, עווי מען האָט איין מאָל אויף אַ בית-עולם אָפּגעבראָכן אַ צווייג פון אַ בוים, און עס האָט זיך באַלד דערהערט אַ קרעכצעניש --- דער צווייג האָט געקרעכצט"..

צו די אויסטערלישע רייצנדיקע מעשיות, קומען צו די ,קליינינקע ספרימ" לעך מיט רש"ייכתב, װאָס ער האָט זײיער פרי אָנגעהױיבן צו לייענען. דאָס זיינען געווען די אַלטע יידישע כראָניקעס ,צמק הבכא", .שבט יהודה", ,שארית ישראל", דער אַריינפיר צו דער גרויסער מאַרטיראָלאָגיע פון דער יידישער געשיכטע -- ברענענדיקע שטראָמען יידישע טרערן און בלוט, איינגעוויקלטע אין אַלטינקע, פאַרגעלטע בלעטלעך..." (ז' 14),

און שוין לעבנדיק איבער פערציק יאָר אין אַמעריקע און שוין אַרײנזאַפּנדיק אין זיך די איינדרוקן פון דער גרויסער קאָלירפולער שטאָט ניו-יאָרק און שוין איבערגעברענט און איבערגעפיבערט די מלחמות, רעװאָלוציעס, פּאָגראָמען און בירגער-קריגן און שוין מאָלנדיק מיט אַזאַ דרחבות, פאַרליכטקייט און פאַרגאַפונג בראָדװעי און די קעטסקיל-בערג און די וואונדערלעכע אַמעויקאַנער לאַנדשאַפטן, קאָן ער דאָך פּלוצים צופאַלן צו אַלט-אַלטע יידישע ספרים, צו דעם תנ"ך, צו די יידישע נביאים, מקוננים און טרייסטער, און נאָכשעפּטשען און נאָכזאָגן, וי אַ טיף-גלויביקער, זייערע תפילות און געבעטן

90 נחמן מייזי?

אין 1937, אַ יאָר פאַר זיין טויט, פאַרעפנטלעכט א. ליעסין אַ שיר מיטן נאָמען ;די סדרה לך לך", וואו מיר האָבן אַזעלכע שורות : אַלטע זוכעניש פון מרויסט אין ספֿר, און אַ װועלט-געשרוו פון האַס און העץ : גויען מיר און וואַרטן אװויפֿן שופר, צוולן אַלץ אוון העכענעז דעם קץ.. . " און מיט עטלעכע פערזן ווייטער לייענען מיר אַזעלכע שורות : , זוכט מען דאָרשטוקער דו מרויסט אין ספר, און מען פאָרישט דו פּסוקים מער און מער ! וװאַרט מוען עקזאַלטירמע אוו יפן שופר ווערט נאָך אָנגעשפּויצטער דער געהער. " (ב. 2, ז' 216). בכלל איז א. ליעסין אין די לעצטע צויי-דריי יאָר פון זיין אומרואיק און דיכטעריש לעבן, געווען באַזונדערס שאַפעריש און ער האָט אין זיינע לידער אָנגעשלאָגן וואונדערלעכע טענער און מאָטיון.

5

מיר ווייסן נישט לויט וװעמענס פּלאַן זיינען אַרױסגעגעבן געװאָרן (נאָך זיין טויט) די דריי בענד קלידער און פּאָעמען?, וואו ס'זיינען אַריין די לידער, פאַרפאַסט אין די יאָרן 1938-1888, און װאָס זיינען גרופּירט און צעטיילט אויף פיל פאַרשײדענע סעריעס, פיל בעסער װאָלט געוען, ווען די אַלע לידער און פּאָעמעס װאָלטן פאַרעפנטלעכט געװאָרן אין אַ כראָנאָלאָגישן סדר, דאַן װאָלטן מיר געהאַט פאַר זיך דעם גאַנג פון א. ליעסין, און ס'װואָלט פאַר אונדז אויסגע- געװאַקסן בהדרגה די אַנטװיקלונג פון דער גרויסער יידישער פּערזענלעכקייט, װאָס האָט געהאַלטן אין איינזאַפּן אין זיך איינדרוקן און זיי דיכטעריש אַרױס- ברענגען. מיר װאָלטן געזען דורך די לידער די וועג-צייכנס און די אַלץינײע אויסדרוק-פאָרמען, װאָס זיין ליד און פּאָעמע האָבן אָנגענומען פון יאָר צו יאָר,

דער אַלטער, גוט-באַקאַנטער קאַמף און געראַנגל פון ;יעקב" און עעשי, דער כסדרדיקער קויתרוצצו" צװישן דעם יידישן און נישטיידישן, װאָס איז פאָרגעקומען ביי פיל יידישע דיכטער-דענקער, איז אוֹיף פאַרשיידענע אופנים אַרױיסגעבראַכט געװאָרן דורך יידישע שרייבער. מיר האָבן עס געזען ביי ד"ר ח. זשיטלאָווסקי, ראובן בריינין, ש. אַנסקי, ביי לאַמעד שאַפּיראָ, שלום אַש. מיר טרעפן אָט דעם אינעװוייניקסטן שטרייט ביי א. ליעסין אין אַ צאָל פון זיינע ליידנשאַפטלעכע פאַרטיפטע לידער,

אָט אַ פּאָעמע ;שמחת תורה בײיטאָג", וואו ס'ווערט אַרױסגעבראַכט דער פאָטער מיט זיין התלהבות, עקסטאַז און דער זון מיט זיין גלויבן און פרייד. דער טאַטע ,באַהעפט זיך מיט גאָט" דורכן תהלים-ליד ;צמאה לך נפשי, כמה לך בשרי" (עס דאָרשט נאָך דיר מיין זעל, עס שמאַכט נאָך דיר מיין לייב), און ;דער

אברהם ליעסין 91

זון האָט זיך זיין טרוים און נעמט / דעם טאַטנס שוין ניט אין באַטראַכטונג, / און זיי קאָנקורירן צעקלעמט, / די טרוימען די צויי, אין פאַראַכטונג?. שװי דער טאַטע, פאַרגייט / דער זון אין עקסטאַן אין אַ גרויסן; / ער ברומט בי זיין בוך שטילערהייט / און גליט אין זיין טרוים אין זיין הייסן"... א. ליעסין גיט צו, אַז ס'איז זיין באַליבט ליד אַמאָל, אין די גאָר יונגע יאָרן, פון דעם באַ- רימטן רוסישן קריטיקער און פּובליציסט נ. א. דאָבראָליבאָו. ‏ א. ליעסין ברענגט דאָס ליד אין אָריגינאַל, מיט רוסישע אותיות, און פון אונטן קומט אַן איבערזעצונג פונעם ליד, װאָס ראַנגלט זיך מיטן טאַטנס תהלים-געזאַנג : ,פאַראַן נאָך אַרבײט פיל אין לעבן -- / נאָך ערלעכע און הײליקע: / עס ליגט נאָך אָפן פאַר מיין שטרעבן / דער וועג פון דערנער גרויליקע"... (ב. 1, זיז 165-164), און נישט נאָר אין דעם-אָ ליד, אויך אין פיל אַנדעדע אינטימע, באַהאַרצטע לירישע אָדער עפּישע, ראָמאַנטישע אָדער שטראָפערישע לידער ברענגט ער אַרײן עלעמענטן פון דער פאָלקיסטיש-רוסישער פּאָעזיע, ס'איז נישט קיין צופאַל, װאָס זיין טיף-רירנדיקן אַרטיקל וועגן דוד עדעל- שטאַט (1908) הויבט א. ליעסין אָן מיט אַ טייל פון נעקראַסאָװוס געדיכט שניע רידאַי טאַק בעזומנאָ נאַד נים" (ניט יאָמער נאָך אים אַזױ ביטער), װאָס ער ברענגט אין קאַ פרייער איבערזעצונג", און ס'איז דערפאַר, װאָס קאָט די ריר" דיקע פערזן, וועלכע אָטעמען מיט אַזאַ טרויעריקער װאַרהײט, קומען אונדז אויפן זין, ווען מיר דענקען וועגן דוד עדעלשטאַט?, אָבער א. ליעסין פּרואווט אָפּטמאָל גובר זיין אין זיך דאָס פרעמדע, ,גויאיש" און ער באַטאָנט דאָס יידישע, יידישלעכע אין זיך, אין אַ קורץ ליד ,אין גוטער יידישקייט", געשריבן אין 1927 (דאָס יאָר -- פון אַ באַזונדערער דיכטערישער פאַרשײידנאַרטיקער און קאָלירפולער שאַפערישקייט), וואו ער ברענגט וי אַ מאָטאָ ר' יהודה הלויס צוויי שורות ;ואל תשיאך חכמת יונית, / אשר אין לה פרי כי אם פּרחים", שרייבט א. ליעסין: ,האָב אוֹיך ווו אַ ייד, געזוכם נים ודי בלומען, נאָר די פרוכט --- נים ווו די עסטעטן, דו העלענען. דאָך געזוובט עס נאָכאַנאַנד האָב אוך אינעם שוונהוום-לאַנד, וואוו פאַרליבטע זונגען די סירענען. האָט געלאָקט מייך לעבן-לאַנג אַולץ פון אָפּגרונטש דער געזאַנג --- ווייסע אָרעמס צונוישן שװואַרצע פֿעלזן. האָט מייך דאָך דער מזרח-ח ושי אויסגעהיט פון טווטס-קוש -- | אוין מוון גוטן וידישלעכן העל-זען." (ב. 2, זי 299),

992 נחמן מייזיל

6

אַזױ איז געגאַנגען כסדר דער זיגזאַגן-װועג פון זיין דיכטונג, די אויספורע- מונג און אױיסגעשטאַלטיקונג פון זיין פּאָעטישער און קינסטלערישער געשטאַלט, ער איז געגאַנגען צווישן רעאַלן און פאַנטאַסטישן, צווישן האָפענונגען און ספקות, טרוימען און רעזיגנאַציע, געראַנגלענישן און קאַנפליקטן. און דורך אַלע איבער" װאַנדלונגען איז ער געבליבן דער זעלביקער, באַרײיכערט מיט נייע איבערלעבע" נישן, צעשטורעמט פון נייע ווינטן, אָבער אַלץ -- אַ פאַרגאַפטער און ענטוזיאַסט פון דעם אַמאָל איבערגעלענטן און פון די אַלץ-:נײע איצטיקע באַווירקונגען.

א. ליעסין, אָדער װי ער האָט אַמאָל געהייסן װואַלט, איז געווען אַ לעגענ- דאַרע געשטאַלט שוין אין די אַמאָליקע אַרבײטער- און יוגנט-קרייזן. דער באַ- ! וואוסטער העברייאישער שרייבער, י. ח. ברענער (1921-1881) האָט דערציילט, אין 1919, מעשיות, װאָס מ'פלעגט איבערגעבן וועגן ליעסין-װאַלטס אַמאָליקע יאָרן אין די רעװאָלוציאָנערע יידישע קרייזן פון די 90-קער יאָרן

אין האָמעל, מאָהילעװער גובערניע, וואו ברענער האָט דאַן געוואוינט, האָט זיך באַװויזן אַן עקסטערן, אַ העברעאישער לערער, אַ וואוקסיקער און פעסט- געבויטער, געקומען פון מינסקער געגנט. דער בחור האָט געהאַט ביי זיך אין טאַש אַ העפטל געשריבענע לידער אין יידיש. פון אָט דעם העפט פלעגט ער פּאָרלייענען פאַר די האָמלער חברים װאַלטס לידער. פון די אַלע לידער, װאָס י. ח. ברענער האָט געהערט פון דעם מינסקער יונגנמאַן, איז פאַרבליבן אין זיין זכרון אַזאַ מין פערז: ;און פון טיפן האַרצן רייסט זיך אויס אַ קללה, / אויף דער װועלט און מענטשן בעט זיך אַ מפּלה?..

פון אָט דעם האָמלער בחור האָט ברענער עס געהערט פיל מאָל דעם נאָמען װאַלט: ;אברהם װאַלט, װאַלטס גאַנג, װאַלטס שיטה, װאַלטס פייאיקייטן און קענטענישן". , איר פאַרשטייט ? פיר שעה אָן אויפהער קאָן װאַלט רעדן ועגן װאָסער ס'איז מאָמענט פון אונדזער געשיכטע! װאַלט האָט זיינע אייגענע בליקן אויף יעדער געשיכטלעכער עפּאָכע !* ,און עס איז געווען אַ מעשה -- האָט דער בחור דאַן דערציילט --- און איינער אַ רוסישער דעמאָקראַט האָט גערופן װאַלטן צו אַ דיסקוסיע --- האָט אים װאַלט לסוף געגעבן די אמתע קלעפּ... איר גלויבט נישט? װאַלט איז שוין איין מאָל אַ מענטש!..." און ברענער גיט צו אַז ;דער יונגער װאַלט איז נישט געוען קיין גלית, נאָר אַ דוד. ווייל ער זינגט יידישע געזאַנגען, דאָס הייסט -- ער שרייבט שירים אין מאַמע-לשון, שירים, | װאָס אַזױנס איז נאָך ביז דאַן אין ערגעץ נישט געווען....* דער באַגײיסטערטער פאַרערער פון װאַלטן פלעגט דערביי אַרויסנעמען דאָס העפטל לידער און לייעגען מיט התלהבות, און עס איז קלאָר געװאָרן, אַז די לידער האָבן טאַקע אַ שייכות צו אָט דעם װאַלט, װאָס דער בחור דערציילט וועגן אים ניסים ונפלאות,

עס איז אינטערעסאַנט, אַז דער באַוואוסטער יידישער שריפטשטעלער יצחק

אברהם ליעסין 93

גוידאָ (1868 --- 1925, באַקאַנט בעיקר אַלס ב. גאָרין) האָט פאַר זיין דערציילונג, װאָס איז דערשינען ביי בן-אביגדורן אין די ,ספרי-אגורה", ,הנגר הנאור? (דער אינטעליגענטער סטאָלער), וועלכע האָט אין זיין צייט געמאַכט גאָר אַ שטאַרקן איינדרוק, -- גענומען אַלס הויפּט-טיפּ א. ליעסין-װאַלטן, ב. גאָרין דערציילט אין ,צוקונפט" (1919), אַז ליעסין איז געווען דער פּראָטאָטיפּ פאַר דער געשטאַלט דודל אין ,הנגר הנאור", אויב אָט די דערציילונג האָט אַמאָל געהאַט אַזאַ קאָ- לאָסאַלן דערפאָלג, האָט עס צו פאַרדאַנקען דעם גליקלעכן צופאַל, װאָס ער האָט זיך פּערזענלעך באַקענט מיט ליעסינען. אין דער דערציילונג ווערט געשילדערט אַ זייער פעאיקער ישיבה-בחור, וועלכער האָט געלערנט אין װאָלאָזשין, גע" װאָרן אַן אַפּיקורס און אָנגעהויבן צו פּראָפּאַגאַנדירן דעם אידעאַל פון אַרבעט, אין דער דערציילונג ווערן געגעבן אייניקע ביאָגראַפישע שטריכן פון א. ליעסין, אַזױ פּאָפּולער איז ער געווען שוין אַמאָליקע יאָרן אין רוסלאַנד, ווען ער איז געווען נאָך גאָר אַ יונגערמאַן, אין די פריע צװאַנציקער יאָרן

וועגן יענער צייט, די ערשטע ראָמאַנטישע יאָרן פון דער יידישער רעואָ" לוציאָנערער באַוועגונג אין רוסלאַנד, האָט א. ליעסין אָנגעשריבן אַ פּרעכטיקע סעריע לידער און פּאָעמען ;ערשטע טריט". אין אַ באַמערקונג צו די לידער, געדרוקט אין ;צוקונפט", האָט א. ליעסין געשריבן: ,.. אין אָט דער סעריע זיינען אויסגעדריקט מיינע שטימונגען אין דער פריסטער יוגנט פון אַ הונגעריקן ווינטער מיינעם אין ווילנע, ווען איך האָב געמאַכט די ,ערשטע טריט" אין דער רעװאָלוציאָנערער באַװועגונג... דערביי וויל איך באַמערקן, אַז דער יידיש-נאַ- ציאָנאַלער טאָן איז בשום אופן נישט כאַראַקטעריסטיש פאַר יענער צייט. אָט די יידיש-נאַציאָנאַלע און סאַציאַליסטישע מעסיאַנישע שטימונגען זיינען געוען נאָר מיינע שטימונגען, וועלכע זיינען אַלע אַרומיקע ווילד-פרעמד געווען".

א, ליעסין איז געווען אַ דיכטער און אַ פּובליציסט, און די גרענעצן צװוישן דעם דיכטער און פּובליציסט ביי א. ליעסין זיינען געווען נישט קיין פעסטע. ער איז אָפט געווען פּובליציסט אין זיין דיכטונג, און דיכטער -- אין זיין פּו" בליציסטיק. ער האָט אָפט געשעפּט שטאָף און געװען אָנגערעגט ביים דיכטן און ביים שרייבן צייט-אַרטיקלען (עדיטאָריעלט --- לייט-אַרטיקלען) פון די זעלבע אילוזיעס און זעאונגען, פון וועלכן ער האָט געשאַפן לידער,. ער האָט איבערגע- שמאָלצן אייגענע לידער אין זיינע לײידנשאַפטלעכע אַרטיקלען און אָפט געווען געפירט און געשטויסן פון לעבנס-פּראָצעסן, פון אַרומיקע געשעענישן-קאָנ- פליקטן אין זיין דיכטערישן שאַפן,

אַ גאָר באזונדערער קאַפּיטל זיינען א. ליעסינס פּרעכטיקע שילדערונגען און בילדער פון אַמעריקע, פון ניו-יאָרק,. עס זיינען דאָ ביי אים צענדליקער און צענדליקער לידער און פּאָעמעס, װאָס ברענגען צום פולסטן דיכטערישן אויס- דרוק די אַלגעמײנע און יידישע אַמעריקע אין פאַרשיידענע מאָמענטן און סיטואַציעס. א. ליעסין װוי דער שילדעדער פון אַמעריקע איז נאָך ווייניק אויס-

94 נחמן מייזי?

געפאָרשט געװאָרן,. און מען דאַרף עס טאָן, כדי צו באַגרייפן די פולע, קאָליריקע געשטאַלט פון א. ליעסין, דעם אַמעריקאַנער-ײידישן דיכטער. עס איז שוין לאַנג צייט צו מאַכן אַן אָרט אין דער אַמעריקאַנער יידישער פּאָעזיע פאַר א. ליעסין און פאַר זיינע טיף-אַמעריקאַנער און עכט-יידישע שאַפונ" גען. עס איז שוין לאַנג צייט צו דערגרונטעווען זיך צו די קװאַלן-קװעלן פון א. ליעסינס ברויזנדיקער דיכטונג און אַרױסאַנטפּלעקן די אייגנשאַפטן און אייגנ" אַרטיקײט פון אָט דער קאָלירפולער קינסטלערישער פּערזענלעכקייט. יאָ, װאָס מער מען לייענט זיך אַריין אין א.ליעסינס פאַרשײדנאַרטיקע לי" דער און פּאָעמעס, געשאַפן אין לויף פון אַ 50 יאָר, זעט מען, אַז מען האָט אים פאַרזען, אַז מ'האָט אים נישט געשענקט די אויפמערקזאַמקײיט און אינטערעס, װאָס ער האָט פאַרדינט, לאָמיר לסוף ברענגען אַ ליד פון א. ליעסין, װאָס גיט איבער װי ער גופא האָט זיך געזען. דאָס ליד איז געשריבן אין 1927 : ,אונטער מיונע פענצטער וואַקסט אַ בוים אַ רוז, און אַ װוונקל אַ פאַרמריבענער -- און דעם מדבר פֿון די מויערן, געוויס נאָך פון ווילד-וואַלד אַ! פאַרבליבענער. האָב איך היינט דורך גאַנצע וועלט-טיילן געשפּרייזם, און געדאַנקען-גאַנג און שטווגענדן { ואון צעפּוונוקט-מיד און קערפער און און גויסט, קוק שיך אויפן בוים דעם שװוווגנדן. ווער איז קליגער ? וי ער װאַקסט אי ן קלעם און גרינט, גלווכגולטיק צו דער אַרומיקווט -- וצו די העק אַטאָל און אוצט צום שטורעם-ווינט, צו זיין בייזקייט און זיין ברומיקויט."

האָבן מיר דען דאָ נישט אַ בילד פון א. ליעסין אין לעצטן יאָר פון זיין רייך שטורמיש לעבן ?

57

דוד פּינס קי

1

דוד פּינסקי איז איצט אַלט געװאָרן 85 יאָר. היי-יאָר איז געװאָרן 65 יאָר, וי ער האָט אָנגעשריבן זיין ערשטע דערציילונג אין יידיש, װאָס איז פאַרעפנט- לעכט געװאָרן, מיט אַ צוויי יאָר שפּעטער, אין מרדכי ספּעקטאָרס ,הויז פריינד" (1894), לעצטנס איז ער קראַנק, אָבער ביז נישט לאַנג איז ער געווען געזעל- שאַפטלעך און ליטעראַריש טעטיק, אַקטיוו, פול מיט לעבן און מיט טיפן אינטערעס פאַר קולטור-געזעלשאַפטלעכע פראָגן פון דער יידישער װעלט און אויך מיט פאַרשיידענע אייגענע ליטעראַריש-קינסטלערישע פאַרמעסטן און פּלענער,

געבוירן אין 1872, איז דוד פּינסקי שוין אין זיינע יונגע יאָרן אַרײנגעצױגן געװאָרן אין די דעמאָלטדיקע סאָציאַלע און נאַציאָנאַלע באַוועגונגען, לכתחילה --- וי אַ פּאַסיווער מיטגייער, און מיט דער צייט --- שוין וי אַן אַלצמער אַקטיווער טוער. עס האָבן זיך אין אים געמישט און געראַנגלט טוער און קינסטלער, איינער האָט באַװירקט און באַװעגט דעם צווייטן --- אַזױ אַלע יאָרן ביז דער לעצטער צייט, ווען ער האָט זיך באַזעצט אין ארץ-ישראל, װאָס האָט אַלע מאָל פאַרנומען אַ וויכטיקן אָרט אין זיין פּאָליטיש-געזעלשאַפּטלעכן און קולטור-קינסטלערישן לעבן. און דערביי -- מערקווירדיק --- האָט ער קיינמאָל נישט אויפגעגעבן יידיש, יידיש שאַפן, הגם אין זיינע ציוניסטישע קרייזן האָט מען אָפּטמאָל געקוקט אויף יידיש פון אויבן אַראָפּ,

דוד פּינסקיס געזעלשאַפּטלעך-קינסטלערישער וועג ציט זיך שוין, קיין עין- הרע, איבער זיבעציק יאָר, אוֹן אַזעלכע יאָרן, װאָס זיינען אָנגעזעטיקט מיט אַזויפיל אַלגעמײנע און יידישע געשעענישן און איבערקערענישן, און ממילא איז דער ועג פון דוד פּינסקין געווען אַ אינטערעסאַנטער, פול מיט זיגזאָגן מיט באַרג-אַרויפן און באַרג-אַראָפּן, מיט קולטור-שאַפערישע צופלוסן און אָפּ- פלוסן, מיט גרויסע פאַרמעסטן און וויכטיקע דערגרייכונגען, װי אויך מיט גענוג שטרויכל-וועגן, מיט גיין אויפן ;דרך המלך" און מיט אָפּנױגן אויף אייגענע שטעגן- וועֶגן, מיט זוכענישן און בלאָנדזשענישן, אָבער כמעט אַלעמאָל -- מיט אַ שאַרפן בליק און װאַכן אוער אין דער צוקונפט אַרײן, װי ער, פאַרשטייט זיך, האָט זי תופס געווען.

פאַראַן קינסטלער-שרייבער, װאָס זייער ליטעראַרישע פיזיאָנאָמיע פורעמט זיך און געשטאַלטיקט זיך אויס שנעל, מיטאַמאָל, גלייך פונעם ערשטן אָדער פון די ערשטע עטלעכע װערק. זיי מעגן מיט דער צייט רייפער און גאַנצער

ס9

96 נחמן מייזיל

ווערן, אָבער זייער תוך, זייער עיקר-וועזן, זייער געשטאַלט איז פון לכתחילה, אין אַלגעמײנע שטריכן, געווען שוין קלאָר און בוילעט אָנגעדײיט פון זייערע ערשטע ווערק, פאַראַן קינסטלער, װאָס האַלטן אין זוכן אינהאַלט און פאָרמען פאַר זייער שאַפן, און װאָס זיי פאַרבלייבן דעריבער אַלץ נישט פאַרגאַנצט און פאַרענדיקט, נישט געקוקט דערויף, װאָס זיי האָבן שוין אָפּטמאָל אַדורכגעמאַכט צענדליקער יאָרן פון אינטענסיוון שאַפן און װאָס זיי האָבן שוין פאַרעפנטלעכט צענדליקער פאַרשײידגאַרטיקע ווערק,

דוד פּינסקי מיט זיין לאַנגיאָריקן שאַפן געהערט לויט זיין מהות צום צווייטן מין קינסטלער.

לויט דער צייט, װאָס ער האָט אָנגעהױבן שרייבן, געהערט ער צו די גרונטלייגער פון דער יידישער ליטעראַטור, צוֹ דער תקופה פון די קלאַסיקער פונעם יידישן װאָרט, --- צו מענדעלע, פּרץ, שלום-עליכם. ער האָט דאָך דע" ביוטירט אין דער יידישער ליטעראַטור אינגאַנצן אַן אַכט יאָר נאָך שלום-עליכמען און אַ פיר יאָר נאָך פּרצן (אין יידיש). אָבער אין דער צייט, װאָס די ביידע, שלום-עליכם און פּרץ, זיינען צו יענער צייט שוין אַרױסגעקומען מיט די עיקר" שטריכן און מיט די הויפּט-אײגנשאַפטן פון זייער שאַפן, האָט דוד פּינסקי יאָרן און יאָרן שפּעטער נאָך אַלץ געבלאָנדזשעט, געזוכט דעם וועג און אַלץ געהאַלטן אין אַדורכשלאָגן וועגן אין דעם װילדװאַלד פון זיין אייגענעם שאַפן.

די טיפע אינגעװאָרצלטקייט פון די ערשטע שרייבער, די שטאַרקע צו" געבונדנקייט זייערע צו די פּראָבלעמען, צו די טעמעס, צו דעם יידיש-יידישלעכן לעבנסשטייגער פון זייער צייט און סביבה, און פאַרקערט -- דאָס שטענדיקע בלאָנקען און בלאָנדזשען פוֹן די יינגערע שרייבער, --- און אויך פון דוד פּינסקי, -- פון וועלט צו וועלט, פון שטאָף צו שטאָף, פון יידישער טעמאַטיק צו אַלגע- מיינער, פון דער אַלטער אײראָפּעאישער היים צו דער נייער, צו דער אַמעריקאַ- נער, --- דאָס איז אַ וויכטיקער און שטאַרק-כאַראַקטעריסטישער שטריך אין דער קינסטלערישער פיזיאָנאָמיע פון די עלטערע און יינגערע שרייבער סוף 9טן און אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט.

פון איין זייט האָבן מיר פאַר זיך גרויסע, פעסטע, שטאַרקע דעמבעס, װאָס זיינען געװאַקסן אויף אייגענעם באָדן, און װאָס זייערע װאָרצלען זיינען טיף פאַרװאָרצלט געווען אין דער אייגענער שװאַרץיערד (װי מאָגער זי איז אָפט נישט געווען!), און פון דער צוייטער זייט -- יונגע און יינגערע געװיקסן" פלאַנצן, װאָס דאָס לעבן האָט געהאַלטן אין איין אַריבערטראָגן פון לאַנד צו לאַנד, פון ישוב צו ישוב, פון ערד צו ערד. די עלטערע זיינען געווען מער סטאַטיש, די יינגערע -- מער דינאַמיש. עס איז שװער אָפּצוטײלן מענדעלען, שלום" עליכמען, פּרצן, װי אויך די איבעריקע שרייבער, פון זייער צייט, פון זייער אַטמאָספער, פון זייער אַרומרינגלונג, פון זייערע פּאַרשױנען, װאָס זיינען סיף" פאַרבונדן מיט זיי, די שרייבער גופא האָבן נישט איין מאָל געװאָלט זיך אַרויס-

דוד פינסקי 97

רייסן פון זייער וועלט און נישט געקאָנט, זי זיינען פאַרבליבן שטעקן אין זייער אייגענער סביבה, װאָס איז שוין געווען אַ פאַרשלאָסענע, אַן אױיסגעשטאַלטיקטע.

אָבער דוד פּינסקי, וי אַ סך אַנדערע פון די יינגערע שרייבער, װאָס זיינען געקומען מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, האָבן מיטגעמאַכט די שאַרפע און ראַ- שיקע ענדערונגען, די מאַטעריעלע און די גײיסטיקע איבערװאַנדלונגען, װאָס זיינען געווען אַ פּועל-יוצא פון די סאָציאַל-פּאָליטישע פּראָצעסן פון דער אַלגע- מיינעם און יידישן לעבן, װאָס האָט זיך ראַדיקאַל און ראַשיק געענדערט סוף 9טן און אָנהייב 20סטן